| נשלח ב-3/4/2006 15:24 |
|
| |
פארוואס דארפן די געשמירעכצער זיין כשר לפסח?
זייף, שאמפו, פערפיום, קאסמעטיק'ס, קאנדישענער, דיאודרענט, און אזוי אלע זאכן וואס מ'שמירט זיך,
פארוואס דארפן זיי זיין כשר לפסח? מ'נעמט עס דאך נישט אריין אין מויל, סה"כ איז עס א געשמירעכץ!
ציין-פיץ פארשטיי איך.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/4/2006 15:46 |
|
| |
jewboy
חמץ איז נישט נאר אסור באכילה, עס איז אויך אסור בהנאה.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/4/2006 15:49 |
|
| |
ווי האסטו חמץ און די זאכן?
איך האב נישטא איינס ביי מיר, אבער לאמיר זיך נישט נארן, ביידע האבן זיי די זעלבע אינגרידיענס, ווען נישט וואלט עס געהאט א אנדערע טעם.
געב א קוק, פערפיום פארוואס טאר מעון נישט? ווייל ס'האט אלקוהול, יא? וויין האט דאך אויך אלקוהול פארוואס מעג מען עס יא?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/4/2006 16:01 |
|
| |
וויין האט נאטורליכע אלכוהול (ווי כמעט אלע אנדערע פירות ווען מען לאזט שימלען), דאס איז נישט קיין פראבלעם. דאגעגן די אלכוהול וואס מען לייגט אריין אין פערפיום איז פראבלעמאטישע.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/4/2006 16:03 |
|
| |
און וואס איז מיט די אנדערע זאכן וואס כ'האב אויסגערעכנט?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/4/2006 16:04 |
|
| |
אלע האבן חמצדיגע אינגרידיענטס, מיין איך.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/4/2006 16:05 |
|
| |
א מקור / הוכחה, פליז.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/4/2006 16:17 |
|
| |
jewboy דיין שאלה איז נאר פארוואס עס דארף א הכשר, אבער עס מאכט נישט אויס צו עס איז א
שמירעכץ אדער נישט. ווייל אויב איז עס חמץ איז דאך עס אסור בהנאה ווי אויבנדערמאנט.
א מקור אויף דעם קען איך נישט ברענגען, ווייל איך בין נישט קיין גרויסע בקי אין די פעלד פון
כשרות. אבער עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז אין די היינטיגע עפאכע ווען מען קען אריינלייגן גאר
א קליינע פראצענט פון א געוויסע באשטאדטייל אנדעם וואס מען מוז עס ארויפשרייבן אויף די
אינגרידיענטס, איז עס א גרויסע פראבלעם לענין חמץ, כאטש ליגעלי הייסט עס נישט קיין
אינגרידיענטס, הייסט עס אבער יא אינגרידיענטס לויט די תוה"ק וואס שרייבט אז חמץ בפסח איז אסור
אפילו במשהו ממש!
אויך מוז מען נישט ליגעלי שרייבן אין וואספאר טאפ מען האט עס געקאכט וכדו' וואס לויט די דיני
חמץ איז דאס אן ערנסטע פראבלעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 12:28 |
|
| |
און וואס טוט זיך מיט בעיבי ווייפ'ס?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 19:55 |
|
| |
אויב מ'קען עס נישט עסען איז נישט דא קיין שאלה
לפי השו"ע קען מען נוצען מעהל מיט וואסער STARCH פאר טישטיכער אדער העמעדער וכו'.
זייף וכדומה וויל מען מיט א הכשר פאר אנאדערע סיבה
לפי הגר"א איז דא א "סיכה כשתיה" כלל, דאס הייסט אויב מ'שמירט דעם גוף מיט דעם שמירעכץ הייסט עס ווי געטרינקען.
אבער קיינער האלט נישט אזוי, די הכשרים זענען נאר פאר די נערווען
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 23:24 |
|
| |
איינער האט געשריבן בלי רשותי און אויך גרויס עם הארצות
תוקן על ידי - יוסף_נפתלי - 04/04/2006 23:52:30
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 23:33 |
|
| |
איינער איז האט געענטפערט און מיין נאמען בלי רשותי
תוקן על ידי - יוסף_נפתלי - 04/04/2006 23:50:21
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 23:48 |
|
| |
איך וועל מיר אן נעמן פאר יוסי, זייער גוט און אויפריכטיג, קלאר ארויסגעברענגט דעם ענין, חמץ וואס איז פסול לאכילת כלב, איז נישט שייך אז מ'איז דאס משהה אום פסח, אדרבה פרעג אהן וועלכע דיין דו ווילסט נאר, ממילא יוסף נפתלי וואונדער דיך נישט אזוי. וואו אויך זייער גוט געשריבן איבער די שיט' פון דעם גרא.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2006 02:08 |
|
| |
דזשובוי
אין מפתח הכשרות פון התאחדות (די עכטע) שטייט אז ביי פרעש ווייפס זאל מען אכט געבן אז עס זאל שטיין דערויף NO ALCOHOL, וכן אני נוהג.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2006 19:34 |
|
| |
אז מען רעדט שוין פון "מפתח הכשרות" וויל איך פרעגן דעם עולם, וועלכע נוצט איר? וועלכע האלט איר איז די מערסטע פראקטיש?
( דאכצעך מיר, עס איז דא דריי, 1. התאחדות 2. רב בלומענקראנץ 3. ר' יודל גרובער)
|
|
|
|
|