בית פורומים שיעור עיון

לחם משנה שבת און יו"ט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/4/2006 19:30 לינק ישיר 
לחם משנה שבת און יו"ט

ביי אונז אין שוהל האט זיך געטאן נעכטן נאכמיטאג אויף טישן און בענק, איינער א פרומער איד האט באשלאסן אז אויב מען וואשט זיך צו די אחרון של פסח נאכמיטאג-נעילת החג-משיח-בעל שם טוב סעודה, מוז מען נעמען צוויי גאנצע מצות און מאכן די ברכה אויף לחם משנה.

עס האט זיך אנגעהויבן א גערודער, מען האט זיך גע'טענה'ט מיט אים "מהיכן דנתנו", פון וואנעט נעמסטו אזא הלכה? אבער ער האט גע'טענה'ט שטיין און ביין, אז ביי יעדע סעודה פון שבת אדער יום טוב, נישט קיין חילוק אויב מען עסט שלש סעודות, צוויי סעודות, אדער גאר ארבע עשרה סעודות, שטענדיג ברויך מען נעמען 2 גאנצע חלות אדער מצות.

ווייסט איינער עפעס מער דערוועגן?



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2006 02:47 לינק ישיר 

עס קוקט אויס ווי דער עולם פארכט זיך פון דעם פורום, צוויי תשובות האב איך ערהאלטן אין תיבה אישית איבער די נושא, איך פארשטיי נישט פארוואס זיי לייגן דאס נישט אליין אריין דא. (איך וויל זיך אנטשולדיגן פאר די יעניגע, איך בין נישט דאהי געווען א שטיקל צייט, האב איך נישט געקענט אריינלייגן זייערע ענטפערס פריער).

איינער הרוצה בעילום שמו שרייבט:

שלחן ערוך הרב סי' רצ"א סעיף ז:
אבל צריך לבצוע על שתי ככרות שלמות כמו בסעודות הראשונות ואפילו סועד פעמים הרבה בשבת צריך לכל סעודה לחם משנה ויש אומרים שאפילו לסעודה ג' די בככר אחד שלם

א צווייטער - "לחייםאידן" - שרייבט אזוי:

דער מקור איז דאס זעלביגע ווי ביי שבת, ווי די הלכה איז (או"ח סי' רצ"א סעי' ג' בהג"ה) ואם סועד הרבה פעמים בשבת צריך לכל סעודה שתי ככרות. און דער טעם פון די הלכה איז, ווייל די גמרא זאגט חייב לבצוע על שתי ככרות שלימות, און די גמרא מאכט נישט קיין חילוק וויפיל סעודות מען עסט. און טאקע מהאי טעמא לערנען די פוסקים אז אפי' ביי ס"ג איז מען אויך מחויב בלחם משנה (הגה' מיימונות פ"ל מהל' שבת).

ומאי נפק"מ לענין זה בין שבת ליו"ט?.
דער גאנצער מקור פון לחם משנה אין יו"ט איז, ווייל פונקט ווי ביי שבת זאגט די גמרא חייב אדם לבצוע על שתי ככרות שלימות מ"ט לקטו לחם משנה כתיב, דער זעלבער טעם איז ביי יו"ט אויך, ווייל דער מן איז יו"ט אויך נישט געפאלן (רי"ף פ' ערבי פסחים).דער גאנצער חילוק בין שבת ליו"ט איז נאר, צו מען איז 'מחויב' צו עסן ס"ג, וואס כידוע לערנט דער רמב"ם אז יו"ט איז מען אויך מחויב בס"ג פונקט ווי שבת (פ"ל מהל' שבת מובא באו"ח סי' תקכ"ט).

אגב איז אינטערסאנט אנצומערקן, אז איינע פון די ראיות וואס דער מג"א ברענגט אין סוף הל' יו"ט בשם התוי"ט, אז יו"ט איז מען נישט מחוייב בס"ג, איז דייקא פון 'אחרון של פסח', עיי"ש באריכות.

יישר כחכם!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > לחם משנה שבת און יו"ט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext