איך זע ווי דו מוטשעסט זיך נעבעך זייער אנצוקומען צו אן עבירה און משמים קזכו אז מען לאזט דיר נישט, קענסטו שפורן אויף די אייגענע הויט דעם פשט פון 'הרהורי עבירה קשו מעבירה'... (דאכט זיך אז דער מהרש"א זאגט אזוי פשט אין די גמ').
אבער עס איז א גרויסע שאד ווייל דו פלאגסט זיך און דו מיינסט אז עס איז גארנישט, און אז מען זינדיגט נישט מיטן טראכטן ווייל 'מחשבה רעה' איז דאך 'אין מצרפה למעשה'.
לאמיר דא אראפשרייבן עטליכע נקודות אין די צוויי אויבנדערמאנטע גמרות. איך ווייס נישט וועלכע עבירה דו רעדטסט פון, און עס פעלט נישט אויס ארויסצושרייבן, אבער עפעס וועסטו זיכער קענען לערנען דערפון.
הרהורי עבירה קשו מעבירה
דער מאירי שרייבט אין זיין ספר: שטענדיגע הרהורים איז שווערער ווי די עצם עבירה, ווייל פון די עצם עבירה וועט ער זיך שעמען און מעגליך חרטה האבן און מער נישט זינדיגן, אבער הרהור איז ביי א מענטש גרינגער און דאס מאכט אים זינדיגן כסדר און וועט וועגן דעם נישט אזוי שנעל תשובה טוהן.
דער מאירי ברענגט נאך פון רמב"ם אין מורה, אז הרהור איז ערגער ווייל עס איז א משל צו א שר וואס זינדיגט וואס איז ערגער ווי דער קנעכט וואס טוהט עפעס קעגן רצון פון מלך. אזוי אויך איז הארבער צו זינדיגן מיטן מח וואס איז דער חשוב'סטער פון אלע איברים.
אין ספר לב אביגדור פון הרה"צ ר' אביגדור מילר זצ"ל וואס זיין יארצייט איז היינט (אויב געדענק איך גוט, איז ער נפטר געווארן ז"ך ניסן. יהא זכרו ברוך) שטייט אזוי: א מענטש וואס איז אריינגעטוהן אין די מעשה עבירה האט נישט אזויפיל מעגליכקייטן צו זינדיגן ווייל נישט אלעמאל קומט אים דאס אונטער (אדער קיינמאל ) פאר איין סיבה אדער א צווייטע, אבער דער וואס איז שקוע אין הרהורי עבירה האט אלעמאל די מעגליכקייט צו זינדיגן. ממילא האלט ער אין איין זינדיגן, ווייל זיין מחשבה נעמט ער שטענדיג מיט.
נאך קענסטו טרעפן אין ספר דברי יואל פ' תרומה ווי דער סאטמאר רבי מהר"י ט"ב זצ"ל איז מבאר דעם ענין כמין חומר).
מחשבה רעה אין הקב"ה מצרפה למעשה
נאך שטייט אין ספר לב אביגדור: ער רעדט ארום קלאר אז די גמ' איז נאר ביי א צדיק וואס וואלט אין די לעצטע רגע חרטה געהאט, אבער א רשע וואס ווען נישט דער אונס וואלט ער זיכער געזינדיגט וועט מען אים אויך אויף די מחשבה אריינפראקן.
(דרך אגב, גמרה איז אויך נישט גוט געספעלט... עס קומט מין אן אלף: גמרא).
 |
|
|