בית פורומים האלט דא טראכט מען-עצכח יידיש

על פי תורה, איז די באשעפעניש גוט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/4/2006 01:57 לינק ישיר 
על פי תורה, איז די באשעפעניש גוט!

דער אשכול איז געשריבן געווארן דורך דעם ניק: "אמונת חכמים", און העניך. וויבאלד דאס איז
געווארן א טעמע פאר זיך אין די ראנג אשכול פירן מיר איר דאס אריבער באזונדער אונטער איר
געאייגענטער קעפל.

בתקוה להבנה.
ההנהלה.





אמונתחכמים, שרייבט:

העניך
די שרייבסט, און פאר דעם ציל כדי אונז צופרידנצושטעלן האבן מיר אויסגעפארעמט די אמונה אונזערע.
ווער איז דער מיר? אין דער חומש איז דאך קלאר אז דער אייבישטער איז א רחום וחנון?


העניך שרייבט :

אמונתחכמים,

אין חומש שטייט נאך טיטול'ן אויפן באשעפער....

אבער מיר, ליין: דו, האסט דווקא ארויסגענומען אט דעם טיטול.

און איבער דעם איז דער אשכול דן. פארוואס דווקא די טיטול האסטו אויסגעוועלט, איז דאס אמת אז
די באשעפעניש איז גוט?—

אמונתחכמים:

מיט אנטשולדיגונג..... איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט.

די תורה געט נישט קיין אכזריות'דיגע טיטלען פארען אייבירשטען. ה' ה' אל אכזר ומאוכזר וכו'
אזוי שטייט? אדער רחום וחנון? איז דא עפעס אכזריותדיגע טיטלען וואס איך קען אויסוועלען? איך
געדענק נישט אויפען מאמענט אזעלעכע טיטלען.
אויב אזוי פארשטיי איך נישט וואס מיר מיינט. די תורה איז מיר?


העניך7:

אמונת חכמים,

לגבי דעם שמועס וואס נאך שטייט אלץ אויפן באשפער, אחוץ דעם אז ער איז א רחום וחנון,. און וואס
די מיר, דו מיינט, וועט מען מוזן מאכן אפאר באזונדערע אשכולות, אצינד לאמיר צוריק ארויפשטעלן
דעם דאזיגען אשכול אויף די רעלסן.

איז די באשעפעניש גוט אדער שלעכט?


אמונתחכמים:

אז די ווילסט דאס נישט מסביר זיין וועל איך דאס מסביר זיין.
די תורה זאגט אונז אז די וועלט איז גוט.
ווען די תורה וואלט דאס נישט געזאגט וואלט מען געדארפט אנהייבען פון אלף, אצינד אז מיר
ווייסען שוין אז די וועלט איז גוט, ווייל די תורה זאגט דאס, (נישט מיר), דארפען מיר נאר זעהן
ווי אזוי צו קוקען אויף דו וועלט מיט די ערוואקסענע קלוגע און שכל'דיגע פארשטאנד.
דער תירוץ אויף דיין קשיא צו די וועלט איז גוט - יא.
ווי אזוי שטימט דאס מיטען די אלע פראבלעמען - דאס איז דער אשכול.

  shilepic שרייבט:

אמונת חכמים,

נאך א מזל דו זאגסט דאס דא אויפן פארום אונטער דעם שלייער פון א באהאלטן
ניק, ווייסטו ווען
וואס געשענט אויב דו זאגסט דיינע ווערטער אין פארענט פון דעם
"ברטנורא"?

ער וואלט דיך אנגעשריגן SHUT UP

קוק אריין וואס ער טייטשט אין די
משנה' ברכות אויף "משתקין אותו" אויב איינער זאגט אז די
מדות פון הקב"ה זענען רחמים.



אמונתחכמים:


גוט געזאגט.
איך וויל נאר צולייגען, אז דער אייביטשער האט בכלל נישט קיין מדות. די מדות וואס ווערט
דערמאנט אין די תורה איז נאר אז אונז זאלמער פארשטיין, לשבר את האוזן, כמבואר ברמב"ם.
נא, ממילא האב איך גערעדט כלשון בני אדם.
נאכאמאל, ליבער פריינט, די תורה זאגט אונז אז דער אייבירשטער פירט זיך מיט אונז מיט רחמנות,
די תורה זאגט אונז נישט וואס דער אייבירשטער איז, און איך האב מיך נישט באצויגען צום
אייבישטען, נאר צו דו וועלט וואס ער האט באשאפען און ער האט גאזאגט אז ער פירט דאס ברחמים
פארשטייסט?



העניך7:

אמונתחכמים,

נעקסט טיים קוק נאך פאר דו טייפּסט אבי אין די וועלט אריין.

דער ברטנורא שרייט SHUT UP נישט צוליב דעם וואס דער אייבערשטער האט נישט קיין מדות. ניין!

דעם "ברטנורא" באדערט אז "דו" (מיר) באזירסט די תורה ומצוות אויס "הכרת הטוב" צו זיין
"רחמים". און אויף דעם שרייט ער אויף דיר שאָט אָפּ!! ווייל דאס איז כנגד התורה!

לויט אים דארפן מיר אנקוקען אידישקייט פלעין איינפאך פראסט טרוקען און פארשקלאפט, ווי א
"עבד" וואס דינט א הער. נישט ווי איינער וואס וויל צוריקצאלן א גענאדע.

פארשטייסט?

איז איצט נאכדעם וואס דו וועסט נאכקוקען דעם ברטנורא בעט איך דיך, פארדריי נישט קיין קאפ מיט
די תורה אז סזאל שטיין קלאר געשריבן אז די וועלט איז גוט, און טאמער איינער זאגט פארקערט איז
דאס כנגד התורה.

אוואו האסטו געזען א חיוב אדער מצוה אדער אפילו א פארציילונג אז די באשעפעניש איז גוט אדער
נישט. אוואדאי וועסטו טרעפן דא אדער דארטן א ווארט, אדער א מדרש, (איינס קעגן צען וואס זאגט
פארקערט, ווי בעל כרחך אתה חיי ועוד כהנה רבות) זיך צו אויפהענגן און אריינבראקן אין דעם דיין
אידישקייט, אבער כללית איז דאס נישט דער עיקר און יסוד אין תורה וויאזוי מיר האבן דאס מקבל
געווען אלע דורות, מען קאכט זיך נישט אין דעם ענין צו די באשעפעניש איז גוט צו נישט, עס שטעלט
פשוט אוועק א פאקט פון א באשעפער מיט א באשעפעניש און וויאזוי מיר אידן דינען אויס עבדות צו
אונזער הער מיט אלע תרי"ג מצוות און מנהגים און פשטים.

און טאמער איינער שפירט אז די באשעפעניש איז נישט גוט עס איז שלעכט, קען מען אים נישט
אויפקלערן אז ער זאל זיין בלינד צום פאקט און פאפּ דיך ביז דו וועסט ווערן טויב שטים און נאם,
ווייל אז נישט ביסטו אן אפיקורס. ניין מען ברויך זעהן ווי איז די טעות און צעלייגן דעם
באשפעניש קלאר צוזעהן אונזער געוואלדיגער חסד און גליקליכקייט פארוואס אונזערע עלטערן און
אונזערע דורות אויף ווייטער האבן אויסגעשריגן געטריישאפט מיט אזא ברען?

איי די תורה דערמאנט אונז אז דער באשפער איז א רחום וחנון? נו, וועגן דעם טאר ער נישט ניצען
זיין אנדערע מדה פון "נקמה" אויף אונזערע עבירות?

איך ווייס אז דער חובת הלבבות אין שער הבחינה, לייגט דאס אראפ אלס דער סאמער גרונד שטיין פון
א איד'ס און א מענטש'ס לעבן, אבער ער זאגט אפען אז זיין צוגאנג איז קודם כל: "האלט דא טראכט
מען", קודם איז די שכל, און דאס איז אונז מחייב בראש ובראשון, דערנאך ברענגט ער די פסוקים און
מדרשים פון די תורה דאס צו באפעסטיגן, אבער דו קומסט מיט א שקר אז די תורה זאגט דאס אפען און
קלאר און אז טאמער מען וויל פריער דן זיין צו די שכל איז טאקע דאס מחייב גרייפסטו אונז
ארונטער בשעת דו ווייסט אז דאס איז גאר א שוואכער דערמאנונג אין די תורה.

איצט צוריק צום סאבזשעקט: איז די באשעפעניש גוט צו נישט? דער שאלה איז אויסדרוקליך נישט איבער
די תורה, קודם לאזן מיר זעהן וואס זענען די פאקטן.

אמונתחכמים:

העניך'ל
לויט ווי איך האב די לעצטע מאל געטשעקט אין די חומש, געדענק איך אז אין בראשית ביים וועלט
באשאפונג שטייט כסדר אז דער אייבירשטער האט באטראכט וואס ער האט געמאכט און ער האט באשטעטיגט
אז סעאיז גיט. צום סוף זאגט די חומש נאכאמאל אז דער אייבירשטער האט געזאגט אז "אלעס" איז גוט.
גוט מיינט גוט. אן קיין תורת.
טרעף מיר נישט קיין דרשות וואס זאגען טוב זה המוות אדער דאס גלייכען. סעשטייט וואס שטייט.
די דרשות דארפן א הסבר, נישט די חומש. די חומש איז זייער קלאר.
איי דער ברטנורא (גמרא)? נישט געפערליך. דע גמרא זאגט נאר אזויפיל אז די מצוות האבען אין זיך
א חלק פון מצוות המלך אויף זיין עבד. למעשה איז דער אייבירשטער בעל באס אין אפילו די וועלט
וואלט געווען שלעכט וואלטען מיר זיך געדארפט צו שטעלען אין עם פאלגען. דער אייבירשטער זאגט
אבער אין די חומש אז די וועלט איז גוט און ער זאגט אויך אז ער איז צדיק וישר און נישט קיין
דיקטאטור.
דיין טענה פון מדת נקמה איז זייער גערעכט, אין דער אייבירשטער זאגט אונז טאקע אז אויב איינער
וועט זיך אליינס אפשניידען די קאפ מיט א שווערד וועט ער שטארבן!! דאס מיינט נקמה אין גארנישט
מער. אז מעפאלגט נישט וואס די manuel זאגט דעמאלטס ארבייט נישט דער סיסטעם. אז מעגיסט אריין
מילך אין די גאז טאנק פון א קאר, איז קאפוט. די תורה מיט די מצוות איז די manuel אין אז
מעוויל לעבען א גוט לעבען זאל מען דאס נאפאלגען.
אין יעצט צום אויספיר.
דא טראכט מען.
אין איך טראכט אזוי. אויב דער אייבירשטער זאגט אויף זיין וועלט אז סעאיז גוט, איז שכל'דיג דאס
אנצונעמען.
מיינט דאס אז די וועלט איז גוט נאר מדארף זען וויאזוי דאס שטעלט זיך אויס.
פארשטייסט?





תוקן על ידי - עצור_כאן - 23/04/2006 5:42:34



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2006 15:55 לינק ישיר 

אמונת חכמים, ווילאנג דו ביסט געקומען מיט די פאן פון דיין ניק אלס דיין טרייב קראפט, נעמליך דיין אמונה אין חכמים וואס מאכט דיך שרייבן דא אז עס איז עפעס א חיוב מן התורה צו גלייבן אז די וועלט איז גוט, האב איך געהאלטן פאר וויכטיג צו אפענטפערן און זיך קריגן מיט דיר. אבער איינמאל דו הייבסט אן שרייבן אפען אז נישט די גמרא און נישט די ברטנורא זענען דיינע רעביס. נאר דו לערנסט פשוט פשט אין חומש לויט דיין פארשטאנד וזהו. פונקט ווי אלע ...... לדורותיהם וואס האבן אוועק געווארפן חז"ל און האבן געלערנט פשוט פשט. נישט נאר האסטו ערקלערט אז חז"ל זענען נישט מאסגעבנד פאר דיר, נאר דו טיישט גאר אריין פארקערט ווי זיי , דו פארשטייסט בעסער. קוק אריין אין רש"י, אדער אין רמב"ן וואס מוטשענען זיך וואס איז פשט אין די ווערטער אז גאט זעהט אז אלעס איז גוט, וועסטו זעהן אז קיינעם פאלט נישט איין אזא פארדרייטען לומדות תירוץ אז עס מיינט א נייע מצוה אז מיר מענטשן מוזן דאס זיך איינרעדן אז די וועלט איז גוט, וויבאלד דער באשעפער האט ערקלערט אז לויט אים איז דאס גוט. (פשוט פשט איז די בעסטע לויטן רמב"ן) הערט מיך אויס. איך האב נישט קיין פראבלעם אז איר לייגט צו מצוות און מנהגים צו אונזער תורה, אבער קומט נישט מיטן ניק "אמונת חכמים" בשעת ווען איר זאגט קלאר מיט דעם ניק, אז די חכמים ווי די ברטנורא און די גמרא זענען אייך נישט מחייב. פארשטאנען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/4/2006 00:21 לינק ישיר 

ווי האסטו געזעהן אז איך גיי נישט מיט די גמרא??????

איך האב מסביר געווען אז די גמרא קען נאר מפרש זיין אבער נישט טוישען בפירושע קלאר ווערטער פון די תורה.
און דרך אגב, די גמרא אליין זוכט טעמים אויף מצוות התורה. געדענקסט אפשר די רש"י ביי פרה אדומה ווי ער ברענגט ר' משה הדרשן'ס טעם. די הערסט?? ער ברענגט א טעם אויף א חוק!!! פארוואס? סעאיז דאך מצוות המלך על עבדיו???? אלא מאי איז מיין הסבר יא גערעכט.

אבער זאג נאר, פארוואס האסטו נישט גענטפערט אויף מיין אנמערקונג אז די תורה שרייבט קלאר, ביים וועלט באשאפונג, אז די וועלט איז גוט?????

דער תירוץ איז אז די האסט נישט קיין תירץ!! נא, וויאזוי ענטפערט מען דאס אפ? דורך אטאקירן מיט שקרים וכזבים.

נישט די גמרא און נישט קיין ראשונים קענען טוישן קלאר ווערטער פון די תורה. וויאזוי ווייס איך דאס? ווייל די תורה שרייבט דאס קלאר ביי א נביא שקר אז אויב זאגט ער א קעגען די תורה זאל מען עם נישט גלייבן. די גמרא איז נישט מער ווי חכמים וואס קענען נאר זאגען איידיעס וואס שטימען מיט די תורה.

און די תורה זאגט קלאר אז די וועלט איז גוט. אויב "דיר" שמעקט דאס נישט, שריי מיך נישט אן אז איך גלייב נישט און חכמים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/4/2006 06:41 לינק ישיר 

העניך
פאר דיין באקוועמליכקייט האב איך דיר צו געשטעלט דא א לינק צו חומש בראשית וואס די קענסט זעהן פון וואו איך האב געטראפען " א פארציילונג" (כלשונך) אז די וועלט איז גוט.
http://www.mechon-mamre.org/i/t/x/x0101.htm



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > האלט דא טראכט מען-עצכח יידיש > על פי תורה, איז די באשעפעניש גוט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext