גוים ציילן ספירה?
איך געדענק עפעס וואס איך האב אמאל געזען אין א ספר פון איינעם פון די תלמידי בעל שם טוב כדברים האלה:
די גאנצע וועלט ציילט ספירה יעדן טאג פון די ימי הספירה, ווען מען זאל נעמען א גוי אין די ימי הספירה און אים איינשפארן אין א שטוב, וועט מען אים הערן ארויסזאגן באיזה אופן די מספר הספירה, צב"ש אויב היינט גייט די 13'טע טאג פון ספירה, וועט דער גוי רעדן פון 13 פעסלעך ביר.
איך האב ביז יעצט געמיינט אז איך האב עס געזען אין סה"ק ליקוטי מוהר"ן, אבער רעדנדיג מיט "התאחדות" האט ער מיר געזאגט אז דארט שטייט אנדערש, איך האב עס טאקע נאכגעקוקט און געזען אז דער ליקוטי מוהר"ן שרייבט כדברים האלה: יעדע ווארט וואס מען רעדט אין די ימי הספירה, האט א שייכות מיט די ספירה פון יענעם טאג.
ביטע, ווער עס קען מיר העלפן טרעפן דעם מקור צו דעם ערשטן ציטאט, יישר כח למפרע.
|
|