| נשלח ב-27/4/2006 17:43 |
|
| |
ווען איז ענדערש צו שערן די נעגל?
היינט - דאנערשטאג, אדער מארגן - ראש חודש?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2006 23:39 |
|
| |
איך ווייס נישט אגב, שערן די נעגל איז אן אינטערעסאנטע אויסדרוק. איך קלער אז אדם הראשון פאר'ן חטא פלעגט שערן די נעגל ווייל זיין גאנצע גוף איז געווען באדעקט מיט נעגעל, אבער היינט צוטאג שניידט מען עס...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/4/2006 00:53 |
|
| |
כורמיזא;
אינטערסאנטע הערה, אבער למעשה רופן דאס מענטשן "שערן די נעגל", איך האב דא פאר מיר די "דבר יום ביומו", א בלעטל וואס ערשיינט טעגליך אין אלע וויליאמסבורגער בתי מדרשים, און דארט שטייט "נישט פארגעסן צו שערן די נעגל לכבוד שב"ק - צוליב דעם וואס מארגן איז ראש חודש".
לאמיר טאקע שטעלן (אדער 'זעצן') א בית דין, און מברר זיין וואס עס איז די נפקא מינה צווישן שערן און שניידן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/4/2006 09:26 |
|
| |
אין חז"ל און אין ספרי הלכה באנוצט מען זיך מיט "סַפר" (אין יידיש אפשערן) פאר די האר, און פאר די נעגל, נטילת ציפורניים אדער גזיזה (וואס דאס טייטשט אויך אפשניידן נאר מ'נוצט דאס אויך אמאל פאר האר). ס'איז מסתבר אז בעתיד ווען דו וועסט זען אין א בלעטל 'שערן די האר' וועסטו טראכטען פון דער אשכול...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/4/2006 16:12 |
|
| |
כורמיזא;
דו קענסט נישט איבערדרייען דו וועלט, למעשה פירט זיך די האלב וועלט וואו איך דריי זיך צו זאגן "שערן די נעגל" פונקט אזויפיל מאל ווי "שניידן די נעגל", און "גזיזה" מיינט נאך אזויפיל "שערן" ווי "שניידן", וזהו.
טראכט אריין, די האר פלעגט מען אמאל אויך נישט שניידן מיט שער מאשינקע, נאר מיט א שערל וכדומה, וואס דאס זענען צוויי מעסערלעך וואס פארמאכן זיך און נעמען אראפ דעם הערל, נו, ילמדנו רבינו, מיט וואס איז דאס אנדערש ווי די צוויי מעסערלעך וואס נעמען אראפ דעם נאגל? פארוואס זאל די האר הייסן שערן און די נעגל שניידן?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/4/2006 20:50 |
|
| |
איך האב פיל ישראלישע חבירים זיי זאגן קנאקן די נעגל, אדער אפשר נאר רופן זיי דאס נעגל קנאקער, בשעת מיר רופן דאס נעגל שניידער.
כאב שוין באלד חרטה אויף שרייבן די תגובה.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/4/2006 21:19 |
|
| |
מיר זעט אויס אז שערן מיינט אז מ'שניידט אויף אן אויפן אז עס זאל ווערן שענער, (לעומת אפגאלען וואס מ'לאזט גארנישט איבער) ווי צום ביישפיל די ב"י שרייבט אז פאר ראש השנה זאל מען זיך צו שערן די בארד, דאס הייסט אז א טייל האר זאל נאך איבער בלייבן און די מטרה פון די שערן איז אז די האר זאל זיין אויף געוויסע סדר. אבער ביי נעגעל איז די שניידען א מטרה פון פטור צו ווערן פון די חלק נעגל וואס איז מיעס (וואס שטעקט ארויס). אולי..
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2006 06:08 |
|
| |
רעדנדיג פון נעגל דערמאנט זיך פון די נעגל געקוקעכץ ביי הבדלה, וואוס ווייניג ווייסן וואס זיי קוקן דארטן און אויף וואס זיי קוקן.
בערך איז דער טעם און סיסטעם אזוי: מען קוקט אויף די נעגל און דערנאך בייגט מען איין די פיר פינגער איבער דעם אגודל צו קוקן די חילוק פון די נעגל ביז די האנט, כדי צו ווייזן אז מ'קען הנאה האבן פון די פייער, און מען קען זען א צווישנשייד פון די נעגל און די האנט פלאך.*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
פארוואס מיין טאטע קוקט דריי מאל אהין און צוריק ווייס איך נישט דער מקור און בכלל צי יעדער טוט אזוי.
|
|
|
|
|