בית פורומים שיעור עיון

פארענטפערן דברי חז"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/5/2006 06:25 לינק ישיר 
פארענטפערן דברי חז"ל

 


דער רמבן אנהויב תזריע ברענגט דער דעת פון חז"ל איבער א געוויסן ענין  (עיין שם)אבער פונדעסטוועגן ברענגט ער אויך נאכדעם דער דעת פון די גריכישע פילאזאפן וואס האבן אנדערש געהאלטן דעם ענין איבער די זאך, און טייטשט לויט זיי אריין אז א ווארט אינעם פסוק איז אנדערש פשט. *:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />


דאס קען זיין ווי א באווייז אז אויב די חכמי הגוים האבן אויך א טעאריע אין א טבע'דיגע זאך מעג מען דאס נעמען אין באטראכט אלס א מעגליכקייט, און נישט וויבאלד די חכמים האבן געזאגט זייער מיינונג דערין איז שוין אסור צו באטראכטן וואס די אנדערע זאגן. איבעריג צו זאגן אז מיר רעדן נישט ווען זיי זאגן עפעס וואס קען זיין קעגן אונזער אמונה אדער ווען בנוגע הלכה.


(עס איז נאך דא הונדערטער אזעלכע מקומות נאר מיר באציען זיך צו די סדרה פון די פארגאנגענע וואך אלס ביישפיל.)


איז די שאלה: צי דארף מען זאגן אז איך פארשטיי נישט וואס חז"ל האבן פארשטאנען אפילו בעניני טבע און מסתמא האבן זיי ארויסגעהאט די טבע מער ווי אונז היינט (אפילו מען זעט קלאר פארקערט) אדער מעג מען לכה"פ פרובירן אריינטייטשן אין חז"ל אז עס זאל שטימען.
צי האבן דאס נאר געמעגט טון די אמאליגע לייבן, אבער "מיר" טארן שוין נישט צולייגן וואס קיינער האט נישט געשריבן ביז היינט.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > פארענטפערן דברי חז"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext