| נשלח ב-1/5/2006 19:40 |
|
| |
מאשין מצות
עס איז שוין חודש אייר און איך האב נאך פראבלעימען מיט די מצות.
ביי אונז אין אפסטעיט ביי די קהלה וואס איך בין א מעמבער פירט מען זיך נישט צו עסן פסח קיין מאשין מצות ווייל דער הייליגער דברי חיים האט געפסק'עט אז עס איז חמץ.
איז מיין שאלה אזוי,
אויב איז עס טאקע חמץ, איז דאך עס נאך פסח חמץ שעבר עליו הפסח, און מען טאר עס ווייטער נישט עסן, און פארוואס פארקויפט מען עס געהעריג אין די היימישע גראסריס?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2006 20:06 |
|
| |
ווי אידן זענען מעיר האט הגה"צ ר' משה ארי' פריינד זצ"ל דאס אויך געגעסן נאך פסח, בנימוק אז
זיין הייליגע רבי דער נאסוידער רב זצ"ל א תלמיד פון דברי חיים דער גרעסטער אוסר פון מאשין
מצות האט דאס אויך געגעסן נאך פסח. (געהערט פון א עד ראיה).
די שאלה איז בלויז צו עס איז געווען אזאלכע וואס איז זיכער נישט געווען קיין חשש חמץ, און די
איינציגע פראבלעם דערמיט איז געווען די באקאנטע פלאמפייערדיגע ווערטער פונעם דברי חיים אז לא
ימלט אז פון הימל זאל מען צופירן אז עס זאל ווערן חמץ, אדער איז עס געווען טאקע די מאשין
מצות מיט די חששות ממש. אבער עס לאזט זיך זייער שווער גלייבן.
(איך רעד פון די מצות וואס נאסוידער רב האט געגעסן, ווייל ר' משה ארי' האט דאך שוין געהאט די
מיט די השגחה פון בד"ץ וואס איז לכאורה נישט שייך קיין נאטורליכע חששות דערביי).
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2006 20:12 |
|
| |
כידוע, אין די עדה החרדית, זענען אלע רבנים מחויב זיך צושטעלין צו אלעס וואס דער בי"ד האט מקבל גיוועהן, רמ"א זצ"ל האט גיבעטין ווען ער איז גיווארין א חבר הבד"ץ אז ער זאל נישט דארפין חתמנען אויף די הכשר העדה אויף די מאשין מצות, און מ'האט עם עס נאכגיגעבן.
אין אמעריקא איז דא אויך די ווינער מאשין מצות.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2006 05:40 |
|
| |
שעפסל;
איז נאך היינט דא ווינער מאשין מצות? איך האב געהערט אין די פארגאנגענהייט אז צוליב פארשידענע סכנות ל"ע וואס זענען פארגעקומען ביי די מאשין מצה בעקעריי האבן זיי דאס ענדגילטיג אפגעשלאסן (אזוי איז אויך פארגעקומען מיט 2 יאר צוריק אין ארץ ישראל א שרעקליכע מעשה ביי א מאשין מצה בעקעריי).
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2006 07:31 |
|
| |
לכאורה איז די מאשין מצות אפילו לויטן דברי חיים א חומרא, אפילו עס איז אנגענומען ביי אונז ווי חמץ גמור איז דאס אבער נאך אלץ חומרה'דיג גערעדט. דעריבער אויב האט די מצות א געהעריגע הכשר (ווי עדה החרדית) איז נישטא קיין שום פראבלעם דערמיט.*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
און פארגעס נישט אז די גאנצע זאך פון נישט קויפן אפילו עכטע חמץ נאך פסח און חושש זיין אויף חמץ שעבר עליו הפסח איז באמת נישטא ווייל מען פארקויפט די אלע פראדוקטן אויף פסח און נאכדעם קויפט מען עס צוריק און דעריבער איז עס מותר, נאר די מחמירים זענען חושש אז די מכירה איז אפשר נישט געווען הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן.
|
|
|
|
|