בית פורומים שיעור עיון

חדשים לבקרים: היינט געזען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/6/2006 15:42 לינק ישיר 

נעכטן געלערנט אביסל עניני ציצית (כף החיים סימן כ"ה), עס איז אויך ענינא דיומא, מען לערנט פרשת ציצית אין די וואך'ס פרשה, וועל איך אראפברענגן עטליכע ענינים וואס איך האב דארט געזען צוברענגן פונעם שער הכוונות.

1) ביי מהר והבא עלינו זאל מען נעמען אלע 4 ציציות אין די לינקע האנט (בין קמיצה לזרת), און אזוי האלטן ביז ויאמר וגו', ביי ויאמר זאל מען ווייטער האלטן די שרשים פון אלע 4 ציציות אין די לינקע האנט, די רעכטע האנט זאל נאר איבערנעמען די פעדימער פון אונטן!

2) מען זאל האלטן די 4 ציציות מיט ביידע הענט פון ויאמר ה' וגו' ביז נאמנים ונחמדים לעד.

3) מען זאל קוקן אויף די ציצית בשעת מען זאגט די גאנצע פרשת ציצית!

4) ווען מען באטראכט די ציצית, זאל מען זיך אויס'משל'ן כאילו מען פארמאגט די 'תכלת' בלויע פאדים אין די ציצית!

5) ביים זאגן דעם פסוק "ולא תתורו" אחרי לבבכם, זאל מען לייגן די ציצית אויף די אויגן, און דאס קושן (ער ברענגט דארט אויך פון חסד לאברהם אז מען זאל קושן די ציצית יעדע מאל מען דערמאנט די ווארט ציצית, און אזוי איז אויך אונזער מנהג. אין מנהג ישראל תורה ברענגט ער פון קצות השלחן אז דער מנהג איז אויך צו קושן ביי ה' אלקיכם אמת).

---

סגולות פון ציצית

1) אויסער די באקאנטע סגולות פון די גמרא און שו"ע (אז עס היט דעם מענטש פון יצר הרע, ער איז זוכה צו זען די שכינה, וועט האבן טויזנטער עבדים לעתיד לבא, וכדומה), שטייט פון די מקובלים אז עס איז א סגולה אקעגן מזיקים און מלאכי חבלה.

2) ווען א מענטש האט א נסיון פון כעס, זאל ער קוקן אויף די ווינקלן פונעם ציצית, וסימנך: "כנף" בגימטריא "כעס".

3) מען זאל אינזין האבן ביי די ברכה פון ל'התעטף ב'ציצית, אז די ר"ת איז בגימטריא "לב", כמנין די 32 ציצית, וואס זענען אקעגן די ל"ב נתיבות חכמה, און דאס וועט זיין א סגולה אקעגן ציין ווייטאג, ווייל דער מענטש האט 32 ציינער (חסד לאברהם). [איך האב געהערט א רמז דערויף: שנים אוחזין בטלית, 'שיניים' אוחזין ב'טלית'... א טלית איז א סגולה אקעגן צאן וויי].



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/6/2006 02:58 לינק ישיר 

אפשר האסטו אויך געזען דעם טעם פארוואס טאקע האלט מען די ציצית ביז ונחמדים לעד?
און בעיקר, אויב שוין יא, דאן פארוואס נישט אנהאלטן ביז נאך ולעולמי עולמים?
וואס עפעס פונקט אט נאך די ווערטער ?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2006 16:34 לינק ישיר 

קודם וויל איך בעטן הרב קרעמער שליט"א זאל ביטע ממשיך זיין מיט'ן שיעור. מיר זענען שוין אויסגעטרוקנט...

און די פראגע פון אלוועיס, דער מקור דערפון איז פון מגן אברהם בשם האר"י ז"ל, און דער טעם דערפון איז עפ"י קבלה, זעה סידור חמדת ישראל.

נו, הרב קרעמער שליט"א: וואס האט איהר היינט געזען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/6/2006 22:25 לינק ישיר 

לכבוד "זענטער":

לעצטנס לערן איך הלכות תפילין אין ספר כף החיים, האב איך געזען עטליכע ענינים וואס זענען כדאי איבערצוגעבן פארן עולם.

1. מען ברויך צודעקן דעם ארעם מיטן טלית בשעת מען לייגט די תפילין של יד, כדי דאס תפילין לייגן זאל זיין בהצנע (כף החיים סי'' כ"ה סקל"ב בשם שער הכוונות ועוד).

2. אפילו אויב מען זיצט אליינס אין א שטוב, אדער מען טוט אן די תפילין אין א טונקעלע שטוב, ברויך מען זיך אויך איבערדעקן מיטן טלית ביים תפילין לייגן (שם).

3. ווען מען טוהט אן די תפילין של ראש, זאל מען זיך אויך איבערדעקן דעם קאפ מיטן טלית, כדי עס זאל געלייגט ווערן בהצנע (שם).

4. מען זאל נישט אויסטאן די תפילין איידער מען לערנט אביסל אין זיי, "ווייל דער מענטש איז נישט זוכה קונה צו זיין די דריי חלקים פון נפש רוח ונשמה נאר אויב ער לערנט מיט די תפילין" (ראשית חכמה שער הקדושה), ובפרט אויב מען לערנט מיט די תפילין פון רבינו תם (שם סקפ"ט בשם אור צדיקים).

א גוט שבת.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/7/2006 01:08 לינק ישיר 

נעכטן געזען אין שבט מוסר, אז מען זאל נישט ארויסרייסן קיין גרעזל פון דער ערד אן קיין שום סיבה, ווייל מען האקט אפ דאס חיות פון דעם מלאך וואס איז געשטעלט אויף דעם גראז.

היינט האב איך געזען אין שבט מוסר, אז ווען מען קויפט איין די מאכלים פאר די סעודות שבת ויום טוב, זאל מען דאס טאן אויפן ליידיגן מאגן, כדי איינצוקויפן מיט א שפע! (און ווען מען קויפט איין אויף א וואכענדיגע סעודה, זאל מען קויפן זאטערהייט).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/7/2006 17:38 לינק ישיר 

זייער שיין הרב קרעמער! - קיפ איט אפ פליז...

דער שבט-מוסר ברויך נישט קיין ראיות, אבער כ'האב פונקט לעצטענס געהערט (אפשר גאר אויפן פארק...) אז עפעס א נייע סופערמארקעט האט געוואלט ציען קונדן האבן זיי געטיילט עסן פאר יעדן וואס איז געקומען שאפפינג, אבער האבן איינגעזען אז ס'איז געווען א גרויסער טעות! ווייל אויפ'ן פולען מאגען קויפט מען נישט איין!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2008 05:56 לינק ישיר 

עס איז נישט שייך צו פרעגן פארוואס ביז "ונחמדים לעד", אבער כ'האב געוואלט צולייגן אז פון דעם וואס עטליכע צדיקים האבן עס אויך געהאלטן שפעטער, זעט מען אז דער מכוון איז עס צו האלטן ביז דעמאלט אבער נישט אז דעמאלט דארף מען עס שוין אראפלייגן. נאר פאר מ'לייגט עס אראפ דארף מען עס קושן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > חדשים לבקרים: היינט געזען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. בקטגוריית דת ואמונה אתם מוזמים להיכנס ולדון על כל נושא שעולה לכם בקשר לדת היהודית. שו''ת בנושאי הלכה, פרשנות לתורה ולמקרא, גאולה, אחרית הימים ועוד.