| נשלח ב-3/5/2006 09:24 |
|
| |
פארוואס איז טונקל ביינאכט ?
אדער, פארוואס איז ליכטיג בייטאג ?
הא? א שווערע שאלה. ווייל בייטאג שיינט די זון און ביינאכט נישט . וועל איך דיך פרעגן: אזוי, ביינאכט שיינט ער נישט? ער שיינט דאך אויף די אנדערע חלק וועלט ? דא גייסטו שוין טראכטן א מינוט צוויי: אההמ, יא אבער אבער ס'שיינט נישט אויף דיר , ס'שיינט דאך נאר אויף יענעם! אט טאקע דאס איז מיין קשיא. לאמיר עס צעלייגן אויף קליין געלט.
גיי ארויס ביינאכט און קוק אויפן הימל, וואס זעהסטו? טונקלקייט. אלעס ארום איז טונקל טונקל טונקל. נאך עטליכע סעקונדן וועסטו מערקן פילע הונדערטער פינטעלעך דורכאויס דעם שווארצן האריזאנט, דאס ווערט גערופן שטערן'ס. אויב הייבסטו אן אריינטראכטן ווערט דיר שווער אויפן געוויסן: פאר עטליכע שעה צוריק איז דא געווען א שיינער זון און געלויכטן אזוי אז דער גאנצער "וועלט" איז געווען ליכטיג איז וואס האט יעצט פאסירט אז ס'יז שוין מער נישטא. האט ער דען אויפגעהערט צו שיינען ? איי וועסטו זאגן אז ער שיינט נאר אויף די אנדערע העלפט פון די כדור הארץ, טא פארוואס שיינט נישט דער גאנצער הימל אזויווי ס'האט פריער געשיינט [פאר מיר, אויף מיין אופק] ווען די זוון איז געווען העכער מיין חלק וועלט ?
די קשיא הייבט שוין אן באקומען פיס.
אלא מאי וועסטו זאגן אז די חלל אין די בריאה [לאמיר דאס רופן "לופט"] שיינט נישט. און אפילו די זון שיינט דערויף וועט עס אויך נישט לייכטן, והראי' ביינאכט איז דערפאר טונקל. אויב אזוי פארוואס איז בייטאג ווען דער זון שיינט יא, פארוואס איז דעמאלטס דער "לופט ארום און ארום מיר אויך ליכטיג ? א סתירה.
די קשיא באקומט שוין הענט.
לו יצוייר כדבריי אז דו זון מאכט נישט לייכטן די "לופט". איי פארוואס די שטערן'ס [שבעה כוכבי לכת, דארונטער אונזער וועלטל] לייכטן יא, לאזט זיך טראכטן אז דער זון שיסט ארויס שטראלן פון ליכטיגקייט גרייט ליכטיג צו מאכן אלעס וואס שטייט אין וועג. ממילא די לופט וואס לאזט אדורך די שטראלן , שטייט נישט אין וועג נאר די שטראלן קענען וויייטער גיין זייער וועג. משא"כ א חומר, א דבר גוש, וואס לאזט נישט אדורך קיין שטראלן, וועלן די שטראלן זיך אנקלאפן דערינען, און עס וועט זיך נעמען ריפלעקטן צוריק דעם שטראל, און וואונדער : עס ווערט ליכטיג ! יעצט אונזער כדור הארץ איז דאך אויך א דבר גוש, און אזוי אויך די אלע אנדערע כוכבים, איז ווען דער שטראל קלאפט אריין דערינען ווערט עס ליכטיג. [און דאס דארף נישט הינטערשיידן צווישן אופקים, העכער וועמען דער זון איז יעצט. די סברא שטימט: ביינאכט ווען די זון שטראלן קומען פון הינטערוויילעכץ =הינטער די פיס, קלאפט עס טאקע אן אינעם אנדערען חלק וועלט און דעריבער איז טאקע דארט ליכטיג היצטעט.]
יעצט לייג צו דעם 'קאפ' צום קשיא.
אויב איז פארשטענדליך אלעס ביז אהער. דאן פארוואס איז די לופט העכער אונזערע קעפ יא ליכטיג בייטאג? עס איז דאך נישט קיין דבר גוש וואס זאל נישט אדורכלאזן די ליכטיגקייט . לדוגמא , גיי אין קעמפ אין א ליידיגער טונקעלער פעלד, שיין מיט א פלעשלייט צום הימל צו, וועט דיר גארנישט ליכטיג ווערן נישט די לופט און נישט די ערד. פארוואס, ווייל די שטראל לויפט ווייטער און ווערט מער און מער צושפרייט אינעם חלל אזש עס קלאפט זיך נישט אן אין עפעס וואס זאל עס ריפלעקטן צוריק צו דיין פאזיציע. יעצט בייג דעם פלעשלייט אביסל זייטיג צום בוים, קוק נאר ווי דער בוים ווערט ליכטיג און עס ווארפט צוריק ליכטיגקייט אויך צו דיין פאזיציע. [מערק ווי דער חלל צווישן די פלעשלייט אין דעם בוים איז בכלל נישט ליכטיג געווארן ! אין קורצן זאגט זיך: "לופט לייכט נישט"] מען קען נוצן דעם הסבר צו זאגן אז ווען די שטראלן קלאפן אן אויפן כדור הארץ, ווערט א ריפלעקציע צוריק אויף די לופט ארום דעם כדור הארץ . אבער געוואלד, לופט שיינט דאך נישט ? און אויב שיינט עס יא דאן פארוואס איז טונקל ווען דער זון איז נישט העכער מיר ? עס דארף דאך שיינען מכוח די ריפלעקציע אויף די גאנצע לופט ארום און ארום פונקט ווי עס האט פריער געשיינט העכער מיר ?
איך האף איך האב גענוג קלאר ארויסגעברענגט די קשיא.
זענט איר צופרידן פון דעם ארטיקל ? ביטע שרייבט אייער מיינונג אינעם קעסטל "שלח תגובה".
תוקן על ידי - gishmoker - 03/05/2006 9:35:57
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 17:02 |
|
| |
געשמאקער, מצידך האסטו עס זייער שיין באשריבן, עס האט הענט און פיס און אלע איברים.
דער קשיא איז נישט קיין נייע, און עס קען געפרעגט ווערן אויף פארשידענע אופנים.
איין זאך וואס דו האסט בכלל נישט דערמאנט אין דיין גאנצע קשיא, איז דאס וואס כ'האב שוין
געשריבן אינעם טובים מאורות אשכול, אז די וועלט (באלי - גלאוב) איז ארומגענומען מיט לופט -
האריזאנט, און א ביליאן (ביליאן איז א ביליאנסטל פון א ביליאנסטל פון וויפיל עס איז באמת)
מייל העכער די וועלט געפונט זיך נישט אזא אבייעקט ווי לופט.
די לופט באדעקט די ערד א היפשע חלק (לאמיר זאגן אפאר טויזנט מייל) העכער די ערד. אן קיין לופט
וואלט די עראפלאן נישט געקענט פארן.
איז אזוי, אוודאי איז די רעפלעקציע חלק וואס דו שרייבסט א וויכטיגע יסוד אין דיני ליכטיגקייט.
אבער דאס איז נישט אלעס!, להמחיש את העין, ווען עס זאל זיין א נעפל און דו וועסט שיינען מיט א
פלעשלייט אויפן הימל וועסטו יא זען ווי די לופט ווערט ליכטיג. דאס וואס ווען עס איז נישטא א
נעפל זעט מען עס נישט איז ווייל די לופט איז צו שטארק קעגן די מאגערע פלעשלייט, און האט נישט
קיין רעפלעקציע פון דעם.
די ריזיגע לאמפן וואס שיינען אסאך מאל אויפן הימל און דרייען זיך ארום (ביי מסיבות אין
וומסב"ג ווערט עס צומאל גענוצט) וועט מען זען געהעריג אין די לופט אן קיין נעפל אויך!
ועכשיו אל העיקר.
וועסט נישט קענען טון וואס איך הייס דיר, אבער משל דיך אויס אז עס קען ווערן געטוהן.
נעם א גלאוב פון א פיס גרויס, נעם עס ארום מיט א נעפל פון דריי אינטשעס דיק. גיי אין גאר א
טונקעלע פלאץ נעם א פלעשלייט און שיין פון דער הייעך אויף איין העלפט דערפון. אוודאי וועט
איין העלפט זיין אינגאנצען לעכטיג און איין העלפט (וואס דו זעסט נישט) זיין אינגאנצען טונקל.
דאס איז נישט אלעס. בערך א האלבע אינטש [פון די נעפל!, נישט פון די ערד] נאכדעם ווי עס ענדיגט
זיך די חלק האור, און עס גייט שוין רינדעכיג אריין צו די חלק החושך וועט אויך זיין לעכטיג
כאטש עס זעט נישט די פני הפלעשלייט און עס באגעגנט זיך נישט דערמיט. און יענע האלבע אינטש
וועט געזען ווערן אויך דורך די מענטשן וואס וואוינען א אינטש נאך די האלבע אינטש (מען רעדט
דאך דא פון א גלאויב וואס וואוינען מענטשן דערויף), אבער ביי זיי וועט נאר געזען ווערן אז עס
איז לעכטיג ביי די עק הימל, אבער נישט אז ביי זיי איז לעכטיג.
פארוואס וועט די האלבע אינטש זיין לעכטיג? ווייל יענע האלבע אינטש פון די נעפל זעט דאך יא די
פני הפלעשלייט, ווארום די באלי פון די נעפל איז דאך גרעסער און דיקער ווי די באלי פון די
גלאוב. וועלן די מענטשן פון יענע האלבע אינטש טאקע נישט זען די פני הפלעשלייט, אבער עס וועט
זיין ביי זיי לעכטיג פון די ליפט.
נעם אינאכט אז נאר די נעפל שיינט, אבער די לופט וואס איז שוין העכער די נעפל שיין נישט. ווייל
עס האט נישט אויף וואס חל צו זיין.
עד כאן המשל.
(אגב: די חלק ההאלבע אינטש ווערט אנגערופן אין די פוסקים "נשף".)
די זון איז א זאך וואס איז זייער זייער שטארק, מען דארף נישט צוקומען צו א נעפל אז זיין
ליכטיגקייט זאל זיך אנזען, און אויך דארף מען נישט צוקומען צו קיין לופט אויב עס איז דא א
רעפלעקציע, כלומר פאר די וואס זען די פני החמה. ווייל כאטש עס איז זייער ווייט איז עס מער
שטערקער ווי ווייטער.
אבער עס דארף יא צוקומען צו לופט אויב זעט מען נישט די פני החמה. די חלל הבריאה פארמאגט נישט
קיין לופט. ווען עס איז ביי אונז נאכט זען מיר די האריזאנט העכער אונזערע קעפ, און אויך די
חלל הבריאה העכער די האריזאנט, אבער מיר גייען נישט זען די זון שטראלן ביי די צוויי זייטן
רעכטס און לינקס פון די וועלט לכבוד דעם וואס די זון שיינט אויף די אנדערע חלק וועלט. ווייל
קיין שטראלן עקזיסטירט נישט אן קיין לופט. און כאטש די חלל הבריאה זעט די פני החמה וועט עס
אבער אונז נישט מגלה זיין. ווייל ער האט נישט וויאזוי! דער חלל הבריאה ווערט נישט לעכטיג
ווייל עס האט נישט קיין רעפלעקציע!
ווי עס וועט יא זיין לעכטיג אפילו עס ווערט נישט געזען די פני החמה, איז א קליינע חלק (קליין
לגבי די וועלט) נאך די לעצטע שטיקל ערד וואס זעט נאך די פני החמה. ווייל דארט וועט עס לעכטיג
ווערן פון די לופט וואס זעט די פני החמה, און די לופט איז נישט אנדערש ווי די ערד, עס קען
געהעריג לעכטיג ווערן ווייל עס איז א רעפלעקטישע אבייעקט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 18:42 |
|
| |
עיין בספר הברית ח"א מאמר ד' פרק ה' איך וועל האבן מער צייט וועל איך עס אראפ ברענגן,
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2006 05:53 |
|
| |
יישר כוח פאר געשמאקער און פאר דעת, איך מוטשע זיך גראדע שוין זייער לאנג איבער די קשיא, און ברוך השם, כאב באקומען א באגענונדיגע תירוץ, נאך אמאל יישר כוח.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2006 10:51 |
|
| |
יישר כוח דעת, זייער שיין געענטפערט.
[איך האב געוויסט אויך ד עם ענטפער נאר האסט מיך אויסגעכאפט..]
בקיצור ואס דו זאגסט איז איין ווארט:
אין הכי נמי די חלל הבריאה לייכט נישט, אבער די לופט וואס איז ארום די וועלט לייכט יא.
איז די שאלה וויאזוי. וועל איך מיטטיילן וואס כ'אב אמאל געליינט ערגעץ וואו פון נאסא, אז בערך צוויי הונדערט מייל העכער די ערד -דארט וואו עס באקומט דעם צונאמען "ספעיס" - איז שוין מער נישטא די כוח פון גראוויטי , ד"מ די לופט ווערט מער און מער שיטער וואו העכער עס איז, עס פארלירט די חלק האקסיזשען וואס ערמעגליכט צום אטעמען, אזוי אז ביי 200 מייל העכער דעם ערד פלאך איז שוין ממש נישטא גארנישט. [די ראקעט נעמט 9 מינוט ארויפצופארן צום ספעיס, אויף איר שנעלקייט פון 22.015 מייל פער מינוט. דאן קען זיך עס אפרייסן פונעם ברענשטאף טאנק און עס שוועבט ארום אם קיין דאגות פון צוריקגעשלעפט ווערן צום כדור הארץ. ]
די סיבה איז ווייל די לופט איז צאמגעשטעלט פון עטליכע באשטאנדטיילן, די באשטאנדטייל וואס הייסט "אקסיזשען" איז די שווערסטע און די געדעכטסטע. דערפאר ווערט דאס די מערסטע צוגעצויגן צום ערד וואס ציהט אלעס צו זיך. פונקט ווי די "עפר" אדער "מים" וואס פאלט כסדר אויף אראפצוה צום מרכז הארץ ווייל עס איז די שווערסטע ממילא האט עס די מערסטע אפעקט פון די כוח הגראוויטי. אזוי אויך די חלק האקסיזשען וואס איז שווערסטע פון די "רוח" פאלט אויף אראפ. און דערפאר גייט "אש" אויף ארויפצו ווייל עס פארמאגט שוין נישט דעם 'שווערן' אקסיזשען דערינען און עס ווערט זייער לייכט אין געוויכט.
אט דער דערמאנטער באשטאנדטייל "אקסיזשען" איז זייער געדעכט, ענליך צו א 'דבר גוש', און דאס איז דער חלק פון די לופט וואס איז יא מקבל די ליכטיגקייט און עס קען לייכטן. א פייער ברענט נאר אויב ס'יז דא אקסיזשען. [צינד אן א מעטש דעק עס איבער מיט א קאפ וועט זיך עס תיכף אויסלעשן] די פייער ציהט אריין אלע ארומיגע אקסיזשען פון די לופט, עס ברענט אויס די אקסיזשען און עס ווערט פארוואנדלט אין לייכטע "אקסיזשען פרייע" לופט וואס יאגט זיך אויף ארויף. די חלק הפלא איז אז פייער איז טאקע ליכטיג מכוח די סיבה. און דאס איז דער סדר פון די ד' יסודות אנגעהויבן פון די גרינגסטע : אש רוח מיים עפר.
יעצט שטימט עס כמין חומר.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 03:21 |
|
| |
מענין לענין. עס וואלט געווען אינטערעסאנט ווער עס קען דאס מסביר זיין, לויטן מציאות.
העמק דבר פר' בראשית
(ה) ולחשך קרא לילה. פירשו חז"ל ריש מסכת פסחים (ב.) קרא הקב"ה לחשכה ופקדה אלילה. למדונו רבותינו שלא נימא דחשך הוא העדר האור לבד. כמו בעצם היום כשסותמים החלונות נעשה חשך. ואם כן אינו בריאה. אבל באמת חשך הוא בריאה בפני עצמה גם כן כדכתיב (ישעיה מה,ז) ובורא חשך וטעות גדול לומר שחשך אינו אלא העדר האור. אלא ה' עושה שניהם כמו כוחות הקדושה והטומאה. (ועיין מה שכתבתי להלן כ"ז ט') ואל תקשה מאי מועיל בריאה זו. הרי בלא בריאה יהיה חשך בהעדר אור. אבל כבר הורונו חז"ל (בפרק חלק ובבראשית רבא פרשת נח ובירושלמי פסחים פרק א') דאור האש אינו מנהיר ביום במקום חשך כמו בלילה שבו החשך מושל. ומזה הבינו אנשי מעלה בישיבתם בחשך מתי יום ומתי לילה. וכמו באור וחשך של יום ולילה. כך בכל דבר שנמשל לאור וחשך כך הוא. דיש כמה טובות שאין האדם מרגיש כל כך בעת שהוא מוצלח עד שנעשה עני ומכיר הטובה. וכך הטביע יתברך בעולמו:*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 07:31 |
|
| |
א סוגיא פאר זיך, פארלאנגט אן אשכול נפרד. אבער אשדי ביה נרגא.
לפי עניית דעתי איז ביידע אמת. סיי אז חושך איז א בריאה בפני עצמו, און סיי א העדר האור.
בעפאר, וועל איך פרעגן פארקערט, אור איז א בריאה בפני עצמו אדער א העדר החושך ?
דהיינו דאס איז קלאר ולית מאן דפליג אז חושך קומט בהעדר האור, ווען מען לעשט אויס די לייט איז טונקל, קלאר אזוי, און מען דארף גארנישט טון עפעס א מעשה עס זאל ווערן טונקל, עס הערשט אין די בריאה אין די אטמאספער א כסדרדיגע חשכות, והארץ היתה תהו ובהו 'וחושך'. און ווי נאר די זון קומט אויף אדער מען צינדט אן א ליכט ווערט ליכטיג, ווייל דו האסט עפעס געטון א מעשה אוועקצונעמען די כסדרדיגע חשכות. די חשכות אין די בריאה קען מען מער פארשטיין צווישן די ערשטע צוויי תגובות אין דעם אשכול.
מעתה איז שוין פארענטפערט געווארן מיין קשיא, אודאי איז אור א בריאה, אויף צו אוועקנעמען חשכות דארף מען זיך משתמש זיין מיט די בריאה פון אור. נאר אנדערש ווי די אור איז די חושך כסדר דא אין די חלל מען דארף נישט טון עפעס ספעציעל צי מאכן טונקל, עס קומט בהעדר האור.
לפי זאת ההנחה, לאזט זיך טראכטן, ייתכן אז בהעדר האור ווערט 'עפעס'. אבער פארוואס זאל דען ווערן דווקא 'חושך'. כלומר נצייר לעצמנו "נאס און טרוקן" , טרוקנקייט איז א העדר רטיבות אדער א בריאה בפני עצמו. זיכער איז עס א העדר הרטיבות ווייל דער מושג פון טרוקנקייט איז נישט חל אויף גארנישט, עס איז בלויז א כינוי צו זאגן אז ס'יז "נישט נאס" . גיס אויס וואסער אויפן טיש, איז דער טיש א נאסער טיש. וויש עס אפ , איז עס א בלויזער "טיש", נישט קיין 'טרוקענער טיש'. דאס הייסט אז טרוקן שלאגט זיך נישט דוקא מיט נאס, עס דייט נאר אן אז ס'יז נישט נאס. משא"כ דער מושג פון חושך איז דוקא יא קעגנגעזאצט צו ליכטיגקייט ,ויבדל אלקים בין האור ובין החושך, ווייל ווען ס'יז נישט ליכטיג, בהעדר האור ווערט 'עפעס אנדערש' , וואס? חושך. איי פארוואס דוקא חושך ? ווייל 'בהעדר האור' קומט תיכף אויף דער קעגנער 'בריאה' פון חושך. פונקט ווי אור איז א בריאה אזוי אויך איז חושך א בריאה, און זיי קענען נישט משמש זיין בערבוביא נאר בהעדר פונעם אנדערן.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 08:06 |
|
| |
יעצט געטראפן:
דער רמב"ן הק' אין בראשית פסוק ד, ויבדל אלוקים בין האור ובין החשך, איננו החשך הנזכר בפסק הראשון שהוא האש, אבל הוא "אפיסת האור" כי נתן אלקים מדה לאור, ושיהיה נעדר אחר כן עד שובו.
א ראי' צו וואס איך האב פריער געשריבן.
(דאס וואס ער שרייבט אז דער חושך פון פסוק הראשון הוא האש, מיינט ער צו זאגן די "יסוד האש" פון די ארבעה יסודות. עיין בביאורו בפ' א' בסוף. הגם איך פארשטיי נאך נישט פארוואס די יסוד האש ווערט אנגערופן חושך. )
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 00:59 |
|
| |
גישמאקער
זאגסט גישמאק, עס איז טאקע מעגליך אז ווען עס זאל ווערן אויס ליכטיג זאל נישט דאן ווערן דוקא טונקל, נאר גאר עפעס אן אנדערע מציאות, אבער באמת קענען מיר נישט פארשטיין, וואס נאך קען דען זיין ווען עס איז נישטא קיין ליכטיגקייט עס קען אבער זיין אז ווען עס וואלט טאקע נישט באשאפן געווארן דער מציאות פון טונקלקייט, נאר עפעס אנדערש אנשטאט, וואלט איך געוואוסט דעם תירוץ, און פאקטיש זעען מיר אזוי אין די פסוקים און ווי מיר זאגן יוצר אור "ובורא חושך" און נאך.
אלזא לאמיר זען דעם צווייטן העלפט, ווי ער פרעגט אז לכאורה פארוואס האט דען אויסגעפעלט צו מאכן חושך א באזונדערע בריאה, עס וואלט דאך סייווי געווען טונקל ווען די ליכטיגקייט ווערט אוועקגענומען? און ער ענטפערט אז פייער לייכט נישט אזוי בייטאג אין א טונקעלע פלאץ ווי ביינאכט, און מען פלעגט אפילו קענען דאדורך אונטערשיידן ווען ס'איז טאג און ווען נאכט.
כלשונו. ואל תקשה מאי מועיל בריאה זו. הרי בלא בריאה יהיה חשך בהעדר אור. אבל כבר הורונו חז"ל (בפרק חלק ובבראשית רבא פרשת נח ובירושלמי פסחים פרק א') דאור האש אינו מנהיר ביום במקום חשך כמו בלילה שבו החשך מושל. ומזה הבינו אנשי מעלה בישיבתם בחשך מתי יום ומתי לילה. וכמו באור וחשך של יום ולילה. כך בכל דבר שנמשל לאור וחשך כך הוא. דיש כמה טובות שאין האדם מרגיש כל כך בעת שהוא מוצלח עד שנעשה עני ומכיר הטובה. וכך הטביע יתברך בעולמו:*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
עס איז אינטערעסאנט צו וויסן צי שטימט דאס אויך מיט'ן היינטיגן מציאות, צי וואלטן מיר טאקע געזען א חילוק אין א טאטאלע טונקלקייט בייטאג ווי ביינאכט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 09:47 |
|
| |
גישמאקער
אויף דאס וואס די שרייבסט...- נאר אנדערש ווי די אור איז די חושך כסדר דא אין די חלל מען דארף
נישט טון עפעס ספעציעל צי מאכן טונקל, עס קומט בהעדר האור-....
איז כדי אראפ צו ברענגען וואס דער ספר הברית שרייבט. (כ'וועל נאר אראפ ברענגען בע"פ דעם סך
הכל) ער איז מסביר אז ווען דער אייבישטער האט געזאגט יהי אור האט ער באשאפען אור ממש דהיינו
אז די וועלט איז ארום גענומען מיט אור\ליכטיקייט וואס גייט ארויף ביז זייער הויך אזש ביז די
זון און דאס אור\ליכטיקייט איז א דבר גשמי אבער עס איז אזוי דין אז טויזענטער פיצקעלע
שטיקלעלך דערפון גייען אריין אין די לאך פון א נאדל יעצט ווען דער אייבישטער האט געזאגט יהי
אור. האט זיך דער אור גענומען שיינען פון זיך אליין אן א גורם דערצו און עס איז געווען ווי עס
שטייט ליכטיג פון איין עק וועלט ביז די צווייטע כמובן ..
דערנאך ווען דער אייבשטער האט אוועק געלייגט דעם כח און אנשטאט דעם אויף געהאנגען די שני
מאורות שיינט שוין נישט דאס אור\ליכטיקייט פון זיך אליינס נאר ווען עס איז דא וואס איזעס
מעורר. למשל די זון . און דאס זעלבע פייער, א לעכט. וכדומה.
און וואס שטערקער דער כח המעורר איז. אלץ שטערקער ליכטיג איז.און אלץ מער אין א גרעסער שטח. .
[וועגן דעם איז ביינאכט טונקעל ווייל] די זון איז אפגעריקט פונקט אזוי ווייט אז ער זאל נאר
האבען אן כח אויף א האלבע וועלט...... ע"כ
(און ער גייט דארט אריין און א שיין אריכות ואכמ"ל)
זעען מיר פון דעם אז אור איז יא כסדר דא מ'דארף עס נאר מעורר זיין...
דאס איינצוגסטע קשיא וואס איך פארשטיי נישט איז אז לויט דעם וואלט מען געדארפט אויף די בילדער
פון ספעיס זען ווי עס שיינט אראפ פון די זון אויף די וועלט און עס וואלט ווען געדארפט זיין
ליכטיג אויך אינדערמיט אן א הפסק? אזאך וואס איך האב נאכנישט געזען....
 |
|
|
|
|
|