בית פורומים שיעור עיון

כישוף היינטיגע צייטן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/5/2006 07:38 לינק ישיר 

[באטשי ביסט גערעכט כ'האב עס נאכגעקוקט צום דריטען מאל און עס שטייט טאקע אזוי ווי די שרייבסט דער פראבלעם איז אז איך האב נישט קיין בר אילן וכדומה מיז איך א יעדע זאך אליין אויפזוכען און נאכשרייבען ביי מיר און דערנאך טייפען און דערפאר קען זיך טאקע אמאל מאכען א טעות, וטעות לעולם חוזר . ושגיעות מי יבין.
אגב לענ"ד זעט מיר אויס אז די כוונה איז דאס זעלבע,]
אללללוועיס
א) עס קען זיין אז דאס וואס דער רמב"ן שרייבט ורבים מיינט נישט דוקא נאך מפרשים נאר עס קען זיין אז ער באציעט זיך אויף די חכמי אמה"ע. כנלע"ד. ווייל אדערווייל האב איך נאך נישט געטראפען א מסכים לדעת הרמב"ם (ווי אויבן געשריבען איך האב נישט ווי צו קענען מאכען א סוירטש)
ב) דאס וואס די ברענגסט פון אבן עזרה האב איך נישט פונקטליך פארשטאנען די ווערטער וריקי מוח אמרו לולי שהאובות אמת גם כן דרך הכשוף, ובכלל איך גיי נישט דא אריין אין דעם צו אוב וידעוני איז אמת צו נישט די שאלה איז צו עס איז דא אזא זאך ווי כישוף, לגבי אוב וידעוני איז קלאר דא א מחלוקה צו עס איז בכלל א מין ממין הכשפים, וואס אויף דעם פארלאנגט זיך גאר א צווייטע סוגיא.
אדרבה דא האסטו אן אבן עזרה לגבי צו שמות האבען א כח צו נישט נאכ געברענגט פון ספר נשמת ישראל וז"ל גם הרב אבן עזרה נראה שנוטה לדעת הזה באשר מרגלא בפומה, כי ככאשר ידע החלק את הכל ודבק בכל יחדש בכל אותות ומופתים. וזה בלי ספק על ידי שמות הקדש..
ג) וועגן דעם מנחת יצחק ביטע שרייב מיר א מקור ווי ער שרייבט עס (עס איז מיר שווער נאך צוקוקען אלע זיינע תשובות)
ד) וועגן הלכה איז אזוי (לפענ"ד) דאס איז אמאל זיכער אז עס איז דא כישוף נאר ווי עס קען כאפען א נפק"מ אין הלכה איז נאר ביי א ספעציפישע זאך צו דאס גייט אויך אריין אין דעם גדר פון כישוף צו דאס איז הבל.
המשך יבא אי"ה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 08:41 לינק ישיר 

 

לגבי דעם מנחת יצחק איז אזוי (כ'האב היינט באקומען בר אילן האב איך עס נאכגעזיכט און געטראפען) פון זיינע ווערטער איז נישט משמע אז ער האלט ווי דעם רמב"ם ווייל אדרבה אז מ'קוקט אביסעל ווייטער זעט מען אז ער איז נישט צופרידען מיטן פתח הדביר'ס תירוץ און ער פארענפערט דעם גר"א 
יעצט וועגן דעם פתח הדביר ווייס איך טאקע נישט (איך טרעף עס נישט דא אויף ב"א) כ'וועל עס אי"ה נאכקוקען.
ה) שם אלילים וואס די שרייבסט איז אזוי קודם א קאפיטעל אין היסטאריע פון מכשפים אינעם מיטל אלטער. ווי באוויסט האט זיי זייער גערודפט און געהארגעט אינגאנצען אין די 1960 האבען זיי צוריק אנגעהויבען ארויף שווימען יעצ און יענע צייטען איז געווען אז רוב פון די מכשפים זענען געווען גלחים און זיי האבען געטרייעט-מיטן אויס היילען וכו'-אריין צוכאפען וואס מער מענטשען און זייער טמא'נע אמונה פלעגען זיי זאגען אזא געבעט כמו לחש צום יוזל וכו' און דאס מיינט שם אלילים.
און בדרך אגב נאכן אפלערנען די גאנצע תשובה פונעם מנחת יצחק האב געזען ווי ער שרייבט אזוי וז"ל..
נ' ב' הנה כל הנ"ל כתבתי אף קודם קבלת הדברים דלהלן, וביותר נתחזקו דברינו, אחרי אשר נשאלתי בשאלה זו מאת הרה"ג מוה"ר מאיר כ"ץ נ"י והוא הוסיף לצרף מכתב מהכומר הרופא הנ"ל, והכותרת של המכתב /במקור כתוב באנגלית: הכנסיה הרוחנית של מדע/ וכותב במכתבו שהוא אך אמצעי של האדון /במקור - המלה: האדון מופיעה במרכאות וכן להלן/ ורואים בו הכח של האדון על ידו, ושחלק מהרפואה היא מהאמונה שבלבם אל האדון, וכשהדבר נוגע לסכנה ופק"נ =ופקוח נפש=, רפואתו הוא על ריפוי הסדר רוחני - דהיינו שצריך ליתן להם חלקי עצות האיך לנהוג ברפואה הנ"ל. (הועתק מענגליש /מאנגלית/ ע"י הרה"ג הנ"ל), והוסיף הה"ג הנ"ל, דהגם שאינו מפרש כ"כ הדק אל מי כוון בזה האדון, אבל ברור שכוון לאותו האיש ימ"ש, ושראה /במקור כתוב באנגלית: אנציקלופדי' של המדע/ בעניני /במקור כתוב באנגלית: רפוי ע"י אמונה/ ושם כתוב שזה ענין של /במקור כתוב באנגלית: מדע נוצרי/ ובעיונו בעניני /במקור כתוב באנגלית: מדע נוצרי/ כתוב שם באריכות הענין של /במקור כתוב באנגלית: מדע נוצרי/ הוא ענין של אמונה באותו האיש ימ"ש עכת"ד, ואמרתי בזה כמה גדולי /גדולים/ דברי החכמים דאסור להתרפאות מכומר בשלא כדרך הטבע אפילו בפק"נ דכל מעשיהם לע"ז כנ"ל, והקב"ה ישלח רפו"ש לכל חולי עמו בית ישראל ונזכה לישועה כללית בביאת גוא"צ בבי"א. והנני חותם בברכה מרובה. יצחק יעקב ווייס.
און פון דעם איז טאקע משמע ווי איך האב געשריבען.
ו) יעצט וועגען כישוף וואס איז לנק וכ"ו וועל אראפ ברענגען א חלק פון מיין גאנץ ערשטע תגובה --און די אלע גייט נאך היינט אן און אפי' און אמעריקע און נישט נאר און אינדיע. נאר דער חילוק פון
אמאל אין היינט (אזוי אויך דער חילוק פון דא אין אינדיע ) איז אז אמאל האבען זיי זיך באנוצט
דערמיט פאר פארשידענע זאכן סיי נארמאלע אין סיי שלעכטע (ווי די מעשה מיט די וואך נאכט) און
היינט באנוצט מען זיך דערמיט בדרך כלל נאר פאר לייכטע זאכען למשל פאר רפואות, געלט,
טרעפען פארלוירענע זאכן וכד' וכד' אויף ווי אסאך דאס העלפט אדער ארבעט איז זיך שווער
צוטענען ווייל מ'דארף גלייבען.-- 
 
ז) צו היינטיגע כישוף קען ארבעטן אין וואסער ווייס איך נישט ווייל לויט ווי פריער דערמאנט (אות ו') איז עס לכאורה נישט שייך און אין אינדיע לכאורה ארבעט עס נישט ווי עס שטייט אין גמרא. פונקטליך וואס דארט גייט פאר ווייס איך נישט און עס איז שווער צו וויסען ווייל ווי באוויסט איז דארט א הפקר לאנד און אפי' די רעגירונג אליין האט מורא צו גיין נאנט צו די ווילדע שבטים און טאקע וועגען דעם איז זייער כח נאך ווי אמאל ווייל זיי פירען זיך שוין אזוי יארן.
ח)דאס פון וואס דער חינוך רעדט אין מצוה תקי' רעדט ער פון די יודע עתידות און פון דעם בכלל, איז נישט מוכח אז דער רמב"ם האט עס דערוך געטוען. און ווי דער חינוך שרייבט אויף דעם אז דער רמב"ם איז מסביר וואס זיי טוען.
וכתב הרמב"ם ז"ל [בספר המצוות] שענין הקסימה הוא המניע כחו ומחשבתו לחשוב במין ממיני התנועה, כאשר יעשו בעלי הכחות כולם שיגידו מה שיתחדש קודם היותו, ואמנם יתאמת להם זה בהיות כח המחשבה והשיעור מהם חזק מאד. פירוש לפירושו, כלומר שמתבודדים במחשבתם וקובעים כל הכוונה וכל ההרגש שלהם על אותו הענין שיחפצו לדעת, ומתוך ההתבודדות והקביעות החזק והתפשטות כל המחשבה מכל עניני העולם הגופני תתערב נפשם עם הרוחנים הקולטים העתידות הקרובות כידוע בין החכמים. אבל מכל מקום אין כח בהם לעולם ולא אפילו בשדים לדעת העתידות הרחוקות. ולא יעלה אל המעלה הגדולה הזאת זולתי נביאי אמת, וגם בעתידות הקרובות לא ישיגו בהן הקוסמין כל האמת אבל יתקיימו דבריהם ברוב. ובענין הזה בעצמו אין כל האנשים שוים בו, אבל יש מהם שיש להם יתרון גדול בענינים אלו, כיתרון בני אדם בגבורה וענינים אחרים קצתן על קצתן. ואלה בעלי הכחות אין פעולתם בענין הזה שוה, כי יש מהם שיתבודדו במדברות לחשוב בזה, ומהם שיכה במטה אשר בידו בארץ מכות ממהרות זו את זו ויצעק צעקות משונות ויניח מחשבתו ויביט לארץ זמן ארוך עד שיבין במה שיהיה, והעיד הרמב"ם ז"ל שהוא ראה זה במערב פעם אחת
וואס עס איז משמע אז ער האט יא געהאלטען אז זיי ווייסען עפעס עיי"ש
(אגב ס'איז אינטערסאנט אנצומערקן אז לויט ווי דער חינוך ברענגט פון רמב"ם קען זיין אז ער מיינט א חלק פון היפנאזיע . וואס זיי זאגען היינט אז זיי קענען וויסען פארשידענע זאכען דארוך סעלף היפנאוסעס )
המשך יבא אי"ה
 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2006 08:40 לינק ישיר 

ט) אלעס וואס כ'האב נאך געברנגט פון ספר נשמת חיים ( כ'האב עס אפאר מאל געשריבען נשמת ישראל ) איז דער מחבר דערפון כנ"ל איז געווען רבי מנשה בן ישראל דער וואס האט געלעבט און די צייט פון גירוש שפאניא כ'גיי נישט דא אראפ ברענגען זיין גאנצע לעבנס ביאגראפיע נאר אייניגע פונקטען מ'זאל וויסען ווער ער איז געווען קטעים נאך געשריבען פון תולדות המחבר וואס איז געווארן געדריקט בשנת תקמ"ח,,
החכם כמהור"ר מנשה בן ישראל אשר שמו גדול ונודע בנפוצות יהודה וישראל ובהכלי רוב מלכי אמות העולם וחכמי העמים,
והוא כבר נסמך מרבני ומלמדי האקדימיא"ה בחכמות האלהיות והטבעיות. ולא זו בלבד שהיה בקי בלשונות רומי ויון אלא שידע והבין היטב כל מה שחברו כל חכמי לב חדשים גם ישנים בשתי החכמות הנ"ל באלה הלשונות.ובכל זאת לא נחה רוחו וכאיל תערוג על אפיקי מים טרח ויגע עד שנחל לו דעת עליהן עוד שמונה לשונות שונות. ולא נמצא בדורו יודע ומכיר בטיב הספרים כמותו.
און ער האט מחבר געווען צען 10 ספרים א חלק דערפון זענען
ת"נ דרשות שדרש בלשון ספרדי (ספאניש)
פהילוסופיא רביניקא
ידיעת בעלי התלמוד בכל מיני חכמות
ספר תחית המתים
ספר מקוה ישראל
ועוד ועוד עיי"ש
און ער שרייבט און זיין ספר אסאך מאל נאך פון אריסטו ועוד
און ער שרייבט פולע מעשיות פון כשוף וואס ער האט געזען און דארוך געטוען און מיט דעם אלעם האלט ער אז עס איז יא דא אזא זאך און ער שרייבט אז ער קריגט מיטן רמב"ם. און בכלל איז כדאי אדערוך צו קוקען זיין ספר נשמת חיים אין מאמר ג' םון פרק יט ביז מאמר ד' ער איז זייער גוט מסביר דאס גאנצע מעשה...

אללללוועיס
איך פארשטיי נישט די צוויי זאצן

נאך א פונקט. אין פסוק שטייט לא ימצא בך מעביר בנו ובתו באש קסם קסמים מעונן ומנחש ומכשף.  וחבר חבר ושאל אוב וידעוני, ודרש אל המתים. כי תועבת ה' כל עשה אלה, וכו' . תמים תהי' עם ה' אלוקיך.*:namespace prefix = o />



 

איזהו קוסם האוחז את מקלו ואומר אם אלך אם לא אלך. מעונן, רבי עקיבא אומר, אלו נותני עונות שאומרים עונה פלונית יפה להתחלי, וחכמים אומרים אלו אוחזי העינים.  מנחש, פתו נפלה מפיו, צבי הפסיקו בדרך , מקלו נפל מידו.

המשך יבא אי"ה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2006 22:16 לינק ישיר 

עולם מלא

א דאנק דיר פאר די שיינע זאכן וואס דו ברנגסט אראפ

מיט ר' משנה בן ישראל האב איך פערזענליך אייביג געהאט א פראבלעם, טאקע ווייל ער בויט אזויפיהל אויף דעם אפגעפרעגטן אריסטוטלס מיט זיין דרך אין פילוזופיה.
 
אלוועיעס

שקויעך םאר אנווייזען דעם חינוך, סאיז בעצם א גמרא אבער איך האב געמיינט מעהר די לחשים. דאס זענען קעגען נבראים וואס פארשטיין און שרעקן זיך דערפון. מוז זיין שדים און מלאכי חבלה.

אללוועיס
תרשיש

איך פארשטיינ ישט וואס איהר מוטשעסט דיך מיט דעם  רמב"ם מהלך אין דעהם.
 
סיי דער רמב"ן אויף תורה וגם בתשובות המיוחסות סימן רפ"ב שזה בפירוש מהרמב"ן. סיי דער רשב"א ח"א תי"ג אין סיי דער גר"א זאגן אז דעם רמב"ם'ס שיטה אין דעהם איז מנוגד לדעת חז"ל.

ווער - חוץ אייך - זאגט אנדערש?

BTW זיי זאגן אויך אז די זאך איז נישט קלאהר רביי זיי, איז כל זמן איך האב געמיינט אז איהר האט דעם בר אילן, החרשתי. דער רשב"א האט עס נישט געהאט און איהר יא. אבער אז עטץ האט עס אויך נישט? מיט ווואס זענט איר גרעסער ווי דער דער רשב"א מיטן רמב"ן


אויב יא רעדן וועגען דעם. איז כדאי דורך צושמועסן וועלכע זאך פאלט אריין בגדר כשוף וניחוש און וועלכע זאך איז א טבעי וואס מיר םפארשטייען נאך נישט  וויאזוי דאס ארבעט.

לפענ"ד און אזוי איז משמע פון די ראשונים, אז א טבעיות זאך ארבעט אלעמאהל ווען מעהאט די זעלבע פאקטן. משא"כ די השבעות- שדים רוחות מזיקין ניחושים וכישוף - אפילו המותרים ארבעטן נישט אלעמאהל.

מה דעתכם?




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-1/6/2006 04:01 לינק ישיר 

ת"ט רבי מנשה בן ישראל האט מחבר געווען "26" ספרים
באטשי
קודם רבי מנשה בן ישראל קריגט אסאך אויף אריסטו און ער ברענגט גענוג און נאך פון אנדערע פיליזאפען עיי"ש
 לגבי שדים ס'איז געווען כשוף דארוך שדים עיין בספר נשמת מאמר ג' פרק כ"ג ועוד ועוד און
אללללוועיס
וואס די שרייבסט ---און בכלל לויט עולם מלא איז נאך היינט דא כישוף, אבער שדים מיין איך וועט ער אויך מודה זייןאז ס'שוין נישט דא, און פילע זאכן וואס איז אמאל געווען וועגן אכטונג געבן איבער שדים איז שוין היינט נישטא---- איז כדי אראפ צו ברענגען וואס איך האב אמאל געהערט פון א איש חכם וירא השם האט ער מיר געזאגט אז עס קען זיין אז די aliens עיליענס פון וואס מ'רעדט קענען זיין די שדים ע"כ ס'איז גראדע דא אסאך פארגלייכען צווישען די צוויי איך זאג נישט אז עס איז יא אדער ניין יעדער האט די ברירה אנצונמען ווי עם שמעקט אבער דאס איז פאר אן אנדערס מאל
יעצט א שטיקעל סך הכל
דאס איז אמאל זיכער אז אלע האבען געהאלטען אז עס איז דא כשוף סיי די מקובלים און סיי די צדיקים און סיי די חכמים  אחוץ פונעם רמב"ם (און לויט אנדערע נאר ביז לסוף ימיו) וואס שרייבט אויף די אלע זאכען אז עס איז הבל וכו' יעצט אויב וויל איינער היינט קומען זאגען איך האלט ווי דעם רמב"ם דארף ער פאר ענטפערען זייער אסאך קשיות און בדוחק און לאמיר פארשטיין איין זאך די זאך צו עס איז פארהאן אזא זאך ווי כשוף איז נישט קיין הלכה וואס אין דעם האלט יעדער פונעם רמב"ם אלץ המאור הגדול נאר די גאנצע זאך איז איבער א מציאות און אלע זאגען אז דער רמב"ם נישט גוט געוויסט אדער נישט געוואלט אננעמען דעם מציאות איז מיט וואספארא טעם קומט היינט איינער זאגען אז ער האלט ווי דער רמב"ם. דער רמב"ם איז דאך נישט געווען דער איינצוקסטער וואס האט עס דערוך געטוען און זיי אלע זאגען עס איז יא פארהאן אזא מציאות קען טאקע זיין אז אין לערנען איז דער רמב"ם גרעסער אבער מאן יאמר אז אויך אין חכמת הכשוף וכו' ובפרט אז דער רמב"ם שרייבט אליינס (לויט אלללוועיס נישט זיכער. חאטש איך האב נאך דערוויל נישט געזען ווער עס זאגט אזוי) אין א בריוו בנוגע שמות  אז ער האט צרוק געצויגען פון אסאך זאכען. קענסט עס טאקע נישט ניצען אויף א יעדע קליינעקייט אבער אויף קבלה ווי כשוף און ווי עס איז זייער שווער וואס ער גאגט בניגוד אנדערע איז מסביר זיין זיינע ווערטער האט עס זיכער א פשט. און
אללללועיס
צו גיין זאגען אז דאס וואס די אמאליגע מכשפים האבען געטיען קוקט דיר אויס ווי איינרעדענישען איז ווי דו זאגסט אז די אלע פאריגע גדולי ישראל הנ"ל ועוד זענען נישט געווען אזוי קליג עס איינצוזען, און עס קען זיין אז די האסט נאר גזען אפאר מעשיות אדרבה קוק נאך אין ספרים וואס ברענגען אראפ מעשות נוראים.
אדרבה אויב שוין אין פסוק וואס טייטשט מעונן און וואס טייטשט מכשף,
איז לכאורה (ווי באטשי איז שרייבט אויך) עס האט נישט קיין פשט אראפ צו ברענגען נאך מפרשים וכו' וויל אויב די ווא מ'האט שוין אראפ געברענגט ביז איצט האבען נישט קיין שטארקייט אפצופרעגן דעם רמב"ם איז ווער יא?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2006 16:54 לינק ישיר 



עולם מלא*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

 

פאר איך גיי אנהויבן מיט דעם על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון, וויל איך נאכאמאל אין קורצן קלארשטעלן דעם ענין.


דאס איז זיכער אז עס איז געווען אזא זאך וואס מ'האט גערופן כישוף, עס שטייט אין די תורה דערפון מער ווי איין מאל, אויך רעדט מען דערפון אויף הונדערטער פלעצער, און ס'איז אינו צריך ראי'. 
 

די שאלה איז דא אבער דריי זאכן, קודם צי ס'איז בכלל דא א מעגליכקייט צו זאגן אז די שרעקעדיגע זאך פון כישוף איז נישט ווי רוב האבן געמיינט, נאר עס האט בלויז אויסגעקוקט ווי א העכערן כוח, אבער באמת זענען זיי געווען איינערעדענישן, טריקס, וכדומה.

והשנית צי איז דא א צד פון די אמאליגע וואס האבן אויך אזוי געהאלטן, און דעריבער קען מען אננעמען ווי דעם צווייטן צד וואס פאר זיי האט אויך אזוי משמע געווען, אז עס איז נישט גועוען סתם עפעס א העכער כוח, נאר איז געועון טריקס, אדער עכ"פ נישט קעגן די טבע,  

דריטנס, אפילו מיר זאלן אננעמען אז אמאל איז עפעס געווען , אבער צי איז דא עפעס א ידיעה היינט צוטאגס אין דעם ענין פון כישוף, (וואס איז א שאלה פון פאקט, און ווער עס זאגט יא, וואלט גוט געווען דאס אויפצואווייזן) און צי איז דא וואס קענען נאך היינט טון זאכן העכערן נאטור.

 

אויף די ערשטע שאלה האב איך געזאגט, אז וויבאלד דער פאקט ווייזט מיר אז עס איז א וועלט פון איינרעדענישן, און ווער עס ליינט אביסל ווייסט אויף ווי ווייט מענטשן זענען איינגערעדט , אפילו היינט, אין פארשידענע זאכן , און אין כל מיני דמיונות, יעדער לפי מדריגתו, זאכן וואס עס גלייבט זיך נישט אז מענטשן האלטן אזוי, און דאס איז שוין היינט צוטאגס אין די אויפגעקלערטע וועלט, און איך האב געברענט איין משל פון דעוויד בלעין וואס ער קען טון זאכן וואס באווואונדעט יעדן אבער היינט קען מען גרובלען און גוט אבזערווירן און מען ווייסט אז אלעס איז נאר טריקס , יעצט איז א פשוטע זאך אז אין די אמאליגע וועלט ווען מען האט (במחילת כבודכם) גאר ווינציג געוואוסט, און אויפווייזן האט מען זיכער גארנישט געקענט, אלעס איז אמאל געגאנגען אויף ריין מחשבה , ווי פילאזאפיע וואס איז טאקע א גרויסע חכמה אבער דאס ווארט "פאקטיש אויפווייזן" ווערט דארט נישט גענוצט, מען קען זיך דינגען ביז'ן טאג וואס מען מאכט צו די אויגן, און מ'ווייסט זיראו מער ווי מ'האט אנגעהויבן, דעריבער לאזט זיך גרינג טראכטן אז די אלע אנגעבליכע כישוף איז הבל הבלים, עס האט נאר אויסגעקוקט, עס האט זיך נישט גערעדט פון האבן קאנטאקט מיט די שווארצע און לינקע כוחות, נאר פשוטע טריקס.

 

איך האב אויך געברענגט נאך ראיות צו די סברא, ווייל מ'קען באמערקן אז די גרעסטע פראצענט פון די זאכן וואס די אמאליגע מכשפים זענען געווען באקאנט און האבן געוויזן, איז געווען זאכן וואס מ'קען באמת נישט אויפווייזן, אדער קען מען זיי גרינג פארווישן, ווי למשל דער ענין פון זאגן עתידות וואס אין די תורה אליין ווערט דאס דערמאנט היבשע פאר מאל, און יעדער בר דעת קען זיך פארשטעלן ווי די אמאליגע אויסגעהונגערטע נאך סיי וואסערן תענוג און האבן געלעבט אונטער היבש שווערע אומשטענדן, האבן געדארשט  כאטשיגנאך עפעס גוטע עתידות פארגעזאגעכצער, און די "חכמים" האבן זיי דאס גרינג צוגעשטעלט (מסתמא פאר שיין באצאלט...), מען האט נאר געדארפט אויסשטעלן אז ס'זאל אויסקוקן אביסל מאדנע און שרעקעדיג, זיך זעצן ארום בלוט, אדער האבן זיי למשל געקלערט אז א ביין פון א מת וואס לכאורה איז ער דאך אויף יענע וועלט, ער ווייסט דאך שוין זיכער אלעס און ער וועט אונז העלפן, וכדומה , און איך גלייב אז מסתמא האט מען אויך עתידות געזאגט למשל אז עס גייט קומען נעקסטע וואך דינסטאג קומען רעגן (וואס איז געווען די הויפט אישו , גענוי ווי היינט איינער זאל נביאות זאגן אויף די עקאנאמיע ווען די מארקעט וועט זיך הייבן) און ממילא ווען עס איז פונקט אויסגעקומען אמאל ווי פאראויסגעזאגט , איז דאס געווען מעשה כישוף ממש,  אדער למשל האבן זיי געזאגט אז געוויסע פלאנצונגען אין געוויסע צייטן וועט העלפן, וכדומה, וואס מ'האט שוין אויבן אויסגערעכנט. די מכשפים אליין האבן זיך ווארשיינליך זיך אויך באמת איינגערעדט אז  זיי טוען עפעס ערנסט, אבער איך קען מיר נישט העלפן צו טראכטן אז דאס זענען געווען הוילע באבקעס, ווייל עס שטארט ארויס.

 

נאך א משל טראכט איך, . בלעם איז דאך געווען דער הויפט מכשף שוין אמאל, אבער וואס זעט מען זענען די גוים געקומען בעטן פון אים, אז ער זאל שעלטן די אידן, דאס איז געווען די אמאליגע באגריפן ,  איי פארוואס האבן זיי אים נישט געבעטן אז ער זאל אויף זיי ברענגען די געפאנצערטע שווארצע רוחות וועלכע זאלן ח"ו פיזיש שעדיגן די אידן, נאר דאס איז געווען אמאליגע השגות ביי זיי , זיי האבן געהלאטן אז זאל נאר דער בלעם זיי שעלטן און דאס איז עס . (אגב, דער משל איז נישט ח"ו אז ער האט טאקע נישט געקענט שעלטן, נאר עס שטייט קלאר אז ער האט געקענט מכוון זיין לאותו שעה וואסדער אויבערשטער צערנט. נאר איך וויל ברענגען דעם פאוינט לגבי די גוים וואס זיי האבן געזען למשל געזען אין א מכשף: אז ער קען שעלטן, וואס איז אין קורצן , א זאך וואס מ'דארף זיך פשוט איינרעדן אז יענער קען אבער ווערט נישט איבערגעוויזן אויפן מאמענט .

אויך קענסטו טרעפן אויף פילע פילע פלעצער אז די כישוף איז געווען אריינצוכאפן אנדערע , און מ'האט געטון פארשידענע ערלייי עריות, מ'האט געדארפט טון זאכן 'שלא כדרכו' אין געוויסע צייטן, און נאך פארשידענע וואס דאס האט געהאלפן, און (איך געדענק נישט ווער עס זאגט אז ) פארדעם שטייט מכשף נעבן ארור שוכב עם בהמה , און עס זעט זיך גאנץ קלאר וואס עס איז גועוען דער ציל , עכ"פ ביי פילע מכשפים, צי עס איז געווען העכערע זאכן אדער היבש אנדערע סבות.

 

 

יעצט דאס איז אלעס געווען סברא, (אפילו איך האלט אז דער מציאות ווייזט גאר שטארק אזוי, אבער נישט אלעס גייט ארויף על הנייר), אבער אויב זעען מיר קלאר אז עס איז דא אזא איינער ווי דער רמבם, וואס זיין קלוגשאפט און גרויסקייט דארף מען נישט מסביר זיין, יעדע ריר וואס א איד פירט זיך היינט איז גאנץ א היבשער חלק געבויעט לויט זיינע שיטות,  האט אזוי פארשטאנען, און ער זאגט נאך אז ער האט דאס דורכגעטון און געליינט זייערע ביכער (וואס עטליכע זאגט ער ביים נאמען) און גערעדט צו כומרים ומכשפים, ווי ער שרייבט פילע מאל, לאזט זיך גלייבן אז ער האט זיך דערגרונטעוועט לעמוקו של דבר און איז געקומען צו די מסקנא אז די גאנצע זאך פון כישוף איז נאר למראית עינים, אבער עס איז כולו שקר. און דאס וועט יעדער מודה זיין אז ער האט נישט "פארזען" קיין גאנצע שטיקער גמרא און פילע מאמרי חז"ל וואס רעדן איבער כישוף, ממילא איז גאנץ באקוועם צו זען אז ער האלט אזוי, אבער דאך האלט ער אז די אלע עניני כישוף זענען זייער הארב, אבער די ווארט כישוף מיינט נאר אז עס האט אזוי אויסגעקוקט פאר די מענטשן, (אדער ווי טייל זאגן דער ענין פון כישוף אז מען איז מרכיב צוויי זאכן און דער באשעפער האט אויסגעשטעלט די בריאה וויאוזי עס דארף זיין און נישט מ'זאל מרכיב זיין. אבער נישט אז עס איז געוען עפעס קאנעקשאנס צו די חברה און זיי האבן געטון כל מה שלבם חפץ.)

 

האסטו געטענה'ט אז דער רמבם איז א יחיד אין די שיטה. האב איך דיר געענטפערט צוויי זאכן. קודם כל, אפילו לאמיר אננעמען אז ער איז א יחיד אבער ווילאנג עס איז נאר א מיינונג איבער א מציאות וואס עס איז געווען, און נישט איבער הלכה, זע איך נישט קיין פראבלעם אין אננעמען די מיינונג וויאזוי א יחיד , ווי דער רמב"ם, זאגט. ווייל די כישוף מעשיות איז נאר אגדתא און עס האט א באזונדערע וועג איבער די אלע אגדתא זאכן (איך קען דיר ברענגען פילע גאר שטארקע באווייזן דערצו, אבער , ווי פילע אנדערע זאכן, מיין איך איז עס נישט גוט , וד"ל.). והשנית, האבעך געזאגט אז ווען מ'קוקט גוט ווי פילע רעדן איבער דעם ענין קען מען באמערקן אז עס איז יא געווען וואס האבן אויך געצויגן צו די שיטה למחצה לשליש ולרביע,  דעירבער איז דאס שוין נישט קיין יחיד אויך נישט.

 

און יעצט וועלמיר ענטפערן אויף דיינע פראגעס.

 

א) "ורבים" פונעם רמב"ן וואלט איך נישט געזאגט אז ער רעדט פון חכמי אוה"ע, ווייל ער וואלט זיך געקענט באציען צו זיי ווי געוונליך, חכמי הטבע, חכמי היוונים וכדומה, .הקיצור, עס לאזט  זיך דינגען.

 

ב) לגבי דעם אבן עזרא "וריקי מוח אמרו לולי שהאובות אמת גם כן דרך הכשוף". וואס מ'זעט פון אים איז די איידיע וואס ער זאגט אז מ'זאל נישט מיינען אז וויבאלד די תורה אסר'ט די זאך מוז דאס נישט מיינען אז עס ליגט אמת דערין, ווייל ווען נישט וואלט עס די תורה נישט געאסרט, , אזוי ווי דער רמבם זאגט. 
 

2) האלטן פילע אז אוב איז יא א מין כישוף און נאך גאר פון די הארבע סארט כישוף, און אויב זע איך אז דער אבן עזרא שרייבט ביי דעם אז עס איז שטותים, מאכט דאס טראכטן אז ער האט טאקע ביי איין זאך איינגעזען זיכער אז עס איז שטותים אפילו אנדערע האבן דאס נישט געהאלטן, נאר ביי די אנדערע האט ער זיך דאס נישט איבערצייגט.
אויכעט איז דאס אביסל דער פונקט וואס איך האב שפעטער געשריבן, אז מ'זעט ווי דער פסוק נעמט צוזאם די אלע זאכן און אסר'ט זיי צוליב איין סבה פון "תמים תהי'" , ממילא אויב האלב פון די זאכן , אוב וידעוני, זעסטו אז פילע האלטן אז עס איז געווען דמיונות, איז דאך שוין גרינגער צו קענען טענה'ען אויף די אלע איבעריגע , ווי עונן ומנחש, אז עס איז אויך אין כלל פון שטותים און ס'דארף נישט שווער ווערן פארוואס די תורה האט זיי געאסרט , ווי דער רמבם זאגט.

 

ג) לגבי דעם מנח"י האב איך קיינמאל געזאגט אז ער האלט ווי דער רמבם. איך האב נאר געזאגט אז דארט האב איך געזען א פתח הדביר וואס ער ברענגט, און עס רעדט זיך פון א "לשיטתם", וואס דאס ווייזט אז מען רעדט פון דעם רמבם און דער פתח הדביר פארענטפערט יענע שיטה לויט "דעם" רמב"ם, וואס לדעתי ווייזט דאס אז עס איז געווען וואס האבן אנגענומען זיין שיטה, און נישט נאר אנגענומען זיין מיינונג, נאר געפסקנט ווי עס איז נוגע להלכה מיט זיין מיינונג, וואס דאס איז היבש שטארק.

אגב, וואס מ'קען אויך ארויסנעמען פון דעם מנחת יצחק וואס דו ברענגסט, איז ווי ווייט די גאנצע כישוף מעשיות איז געבויעט ביי פילע אויף פשוט אריינצוכאפן מענטשן, און דאס איז אייביג געווען די איידיע דערמיט , צו פארנארן, משוגע מאכן און אריינכאפן מענטשן, אמאל צו די לבנה און אמאל צו יוזל, און אזוי ווי רעליגיע איז אייביג געווען דער אויבנאן ביי א ריזיגע טייל איז דער ענין פון כישוף געווען אזוי איינגעריסן.

 

 

ד) וועגן כישוף לנזק.    דו זאגסט אז עס איז אמאל געווען לנזק און היינט לחבל, אבער דער פראבלעם איז אז פילע זאגן אז כישוף איז נאר לנזק ולחבל, און דו טענה'סט אז עס טוישט זיך כסדר, ווייס איך דאך נישט פון וואנעט דו נעמסט עס.  
אבער באמת איז דאס נישט קיין קשיא , ווייל נישט יעדער זאגט אז עס איז נאר לחבל, און פון פילע פלעצער ווייזט דאך אויס אז עס איז דא כישוף אפילו פאר אנדערע זאכן.

בנוגע דו שרייבסט אז היינט איז דא כישוף צו רפואות, געלט, טרעפן פארלוירענע זאכן און עס איז שווער צו טענהן ווייל מ'דארף גלייבן.. פארשטיי איך נישט. אויב איז דא כישוף קענען זיי דאס אויפווייזן, און מ'דארף נישט גלייבן סתם פון הערן, און אויב יא איז דאך דאס זיכער מופרך מעיקרא, פארוואס זאל איך דען זיי גלייבן אויף זייער ווארט, צי זענען מיר טאקע אזוי נאאיוו?

אגב, האטס געהאט געשריבן אויבן אז דו האלטסט אז עס איז יא דא היינט כישוף און דו האסט געזען ווי זיי זענען דאס מסביר מיט אלע דעטאלן." איך דארף נינשט קיין הסברים, קודם וויל איך וויסן וואו עס איז דא , וואס זיי טוען, און צי איך קען דאס זען מיט די אויגן, נאכדעם וועל איך דארפן הסברים. אויב איז דאס ווי די אמאליגע אנגעבליכע העכערע כוחות זע איך נישט וויאזוי זאלסט דאס קענען פארשטיין,.
און אויב מיינסטו די "מיינד, באדי און סאול" מעשיות, מיין איך אז פאר מען "פארשטייט " עס, זאל מען קודם קוקן צי זיי טוען אין פאקט וואס זיי זאגן אז זיי קענען טון, און צי עס איז בכלל דא "וואס" צו פארשטיין. ( איך האב שוין אויך געהערט אז מ'קען זען ווי אלע סטודענטן הייבן זיך אין די לופט, אבער קיין רגע גלייב איך דאס נישט, אויסער דעם וואס עס וואלט שוין געדארפט האבן געשטאנען אויפן דעקל פון "סייענטיפיק אמעריקען". )


אויב האסטו עפעס א גוטע לינק, אדרבא, וואלט איך זייער דאס געוואלט זען, קענסט מיר פליזזז עס שיקן פריוואט, איך וועל דיר דאנקבאר זיין.

 

ה) איך האב נישט פארשטאנען וואס דו זאגסט בנוגע צי עס ארבעט די היינטיגע כישוף אין וואסער.


דו זאגסט אז עס איז שווער צו וויסן וואס עס גייט דארט פאר ווייל קיינער קןע צו זיי נישט צוקומען". איך וואונדער מיך דעמאלטס וויאזוי ווייסט מען דעמאלטס דעם פאקט אז זיי מאכן כישוף, אויב אפילו די רעגירונג קען צו זיי נישט צוקומען, נו וואס דען, זיי זאגן, זיי שרייבן, און דו גלייבסט זיי באמונה פשוטה אז זיי זאגן נישט קיין ליגנט, אדער גלייבסטו די פאר מענטשן פון יענע זייט וועלט וואס זאגן אז זיי האבן געזען. איך האף אז נישט...

 

 

ו) דער פונקט וואס כאב געוואלט זאגן פון דעם חינוך , איז אז נישט נאר האט דער רמבם געליינט פון זיי, נאר מ'זעט אז ער האט גערעדט צו זיי , ער האט גערעדט צו זיי, און זיי האבן אים געוויזן זאכן, . און אפילו פון די מעשה זעט מען נישט נאר בנוגע אז ער האט גערעדט צו די עתידות חברה, אבער דאס זעט מען זיכער אז דער רמבם האט געזוכט און גערעדט צו די חברה, און דאך האט ער דאס אינגאנצן אוועקגעמאכט. און עס איז נישט משמע אז דער רמבם האלט דערפון, ער זאגט קלאר איבעראל פארקערט, נאר  פארקערט ער האט מעיד געווען אז ער האט אויך געזען די סארט חברה וואס זאגן עתידות, אבער נישט אז זיי "ווייסן" עתידות, אדער דאס אז זיי קענען צוטרעפן געוויסע מאל (ווי ער זאגט אויף אן אנדערן פלאץ). און ווי אויבן געזאגט לגבי דעם ענין פון עתידות, גיי ווייז אויף אז ער זאגט נישט דעם ריכטיגן עתידות וואס גייט קומען,. עס דערמאנט מיך פון די סייקיקס ביי וועם איך בין שוין אלץ געווען, ווי גוט זיי האבן געוואוסט...  אבער גיי זוך זיי אויף אפצואווענדן.

 

 

דאס וואס דו פארשטייסט נישט די פונקט פון די צוויי זאצן. דארפסט ליינען די נעקסטע עטליכע פאראגראפן וועסטו כאפן וואס איך וויל ארויסברענגען, עס איז ווי איין לאנגער פונקט.  איך האב קודם געברענגט די פסוקים אז מ'זאל זען ווי די תורה האט געשטעלט מעונן מנחש ומכשף אוב ידעוני דורש אל המתים אין איין פסוק, און דערנאך האב איך געברענגט ווי די גמרא זאגט וואס עס מיינט מעונן ומנחש , און נאכדעם פארשטייט זיך בעסער דער פונקט וואס איך וויל ארויסברענגען: "אז מען זעט אז די תורה האט געלייגט מכשף צוזאמען מיט די אנדערע זאכן מעונן, מנחש, מקסם, אוב וידעוני, לאזט זיך זאגן אז עס איז אויף איין מדריגה מיט זיי, און די זעלבע מיני איסור, און אויב די סימנים וואס מענטשן פלעגן זיך מאכן און האבן זיך איינגערעדט אז דאס ווייזט זיי געוויסע סימנים, ביסטו דאך לכאורה אויך מודה אז עס איז סתם שטותים אנצולייגן אויף יענע זאך אז דורך דעם וועט מען זען צי מען וועט מצליח זיין , וכדומה, און דאך שטייט אלעס אין איין פסוק. און לויט פילע איז דאס גאר א טייל פון כישוף, און וואלט דען נישט די תורה געדארפט זאגן פיל הארבער אויף עכט כישוף  ווי די נארישע מעוננים ומנחשים ? אלא מאי קען זיין ווי דער רמבםס שיטה אז די אלע זאכן זענען די זעלבע נאריש און הבל, און וויבאלד מענטשן זענען געווען דערצו צוגעבינדן און די סארט זאכן זענען געועון איינגעריסן האט זיי די תורה כמעט אייניג גע'אסר'ט."




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2006 17:23 לינק ישיר 

*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" /> 

דארפסט דיך נישט פלאגן צו פארענטפערן יעדע זאך עקסטער, נאר אויב דו זעסט אז פון "אלעס צוזאמען" שטעלט זיך אויך נישט ארויס דער בילד אז עס איז געווען נאך וואס האבן נישט אנגענומען די דברים כפשוטן, און עס איז געועוון א שטיקל מבוכה און אומקלארקייט אין דעם נושא פון כישוף, און עס איז יא דא צוויי זייטן. איך האב נישט קלאר דורכגעלערנט אלעס, אבער איך ברענג עס אז מען זאל האבן די מראי מקומות, און זען די פונקטן וואס איך וויל ארויסברענגען.

 

קודם זעען מיר א בפירוש'ע מחלוקת פון עולם_מלא קעגן א חתם סופר. וצ"ע.

 

חתם סופר מסכת שבת דף פא עמוד ב

ײואולם למאי דקיי"ל בעלמא אמוראי נינהו אליבא דר"י וליכא למיחש לקושי' דרבא א"כ מסקי' דליכא אלא משום כשפים וא"כ בזה"ז דליכא כשפים שרי' בחול לקנח בחרס וכרמ"א הנ"ל סי' ג':

 

דא זעט זיך אויס אז עס איז יא דא וואס האבן זיך יא אומגעקוקט און דן געווען אינעם שיטת הרמבם אין דעם ענין, און מאכט דאס אינגאנצן נישט אוועק:

שאלה, אם חולה מותר לשאול במכשפים ע"י גוים, תשובה, כבר קדמוני הקדמונים, מהרא"י ז"ל (ת"ה ח"ב סימן צ"ו) וכתב שלדרוש במכשפים ובקוסמים לא מצינו איסור מפורש בדבר, דשואל אוב וידעוני דווקא הזהירה תורה עליהם, דאינון חמירי טפי, ואין שאר מכשפים בכללם לחומרא, ( הערה: וויאזוי קען דאס זיין, אויב איז כישוף א כוח פון כישוף ממש, פארוואס זענען שאר מכשפים נישט בכלל פון אוב וידעוני, בכללם לחומרא. ) והכי מוכח בשמעתא קמייתא דיבמות (ד' ע"א) דבעינן לחייב המכשף סקילה, ולא ילפינן לה מכלל אוב וידעוני, וא"ל דעובר משום לפני עור וגו', לדברי ר"י בפרק א"מ (סנהדרין נ"ו ע"ב) דבני נח מוזהרים על הכישוף, משום דלא קיימא לן כר"י, דכולה תלמודה אמרינן דז' מצוות נצטוו בני נח, וריב"א ואשיר"י (ב"מ פ"ז סימן ו') נמי פסקו דלא (כחזקי') [כר' חידקא] דאמר (שם) בני נח מצווין על הסירוס, וא"כ אין כאן רק איסור עשה דתמים תהיה וגו' (דברים י"ח י"ג) כדכתב הרמב"ם, ונראה מדבריו דאין איסור ממש קאמר עכ"ל, ואני אומר כבודו במקום העליון מונח, אבל בדברי הרמב"ם לא דקדק יפה, דהוא כתב פי"א דהלכות ע"ז (ה"ז) אסור לקסום ולשאול לקוסם, אלא שהשואל מכין אותו מכות מרדות, והקוסם שעושה מעשה לוקין אותו כו', הרי לך להדיא, שסובר ששניהם בלאו, אלא מפני שאין בו מעשה מכין אותו מכת מרדות, כמ"ש באותו פרק (הי"ד) גבי שואל אוב וידעוני, ומ"ש באותו פרק (הט"ז) שאין בו אלא איסור בעלמא, משום תמים תהיה וגו', היינו דווקא המאמין בהם, על זה קאמר שהוא מן הכסילים ומן השוטים, והתורה הזהירה על אילו ההבלים מלהאמין בהם ולחשוב שהם אמת, כמ"ש שם להדיא, ואף על המאמין כתב הרמב"ם באותו פרק (ה"ט) שאם כיון מלאכתו או הליכתו בעת שקבעו [הוברי] שמים, הרי זה לוקה, ואומר אני, דסברת הרמב"ם הוא מ"ש בתורה שואל אוב או ידעוני, קאי אכל אינהו דכתיבי בהאי קרא, כגון מעונן ומנחש וקוסם ומכשף, ולא כתבה תורה שואל גבי אוב, אלא משום שלשם מחולק השואל מן הפונה בבעל אוב עצמו, שזה באזהרה, וזה בכרת, מה שאין בכל אינך, אבל לעולם מילת ושואל קאי אכל דכתיב בקרא לעיל מיניה, וכו'.

והשתא לכאורה נראה, דאפילו בסתם חולה אינו אסור לשאול בכשפים ובקוסמים, לפי סברת הרמב"ן, דאין בו אזהרה, אלא איסור בעלמא, משום תמים, וגם אין בו איסור מבואר, אלא דרש בעלמא, שהרי לא נמנה בכלל (העשייה) [העשין], וגם עיקר המקרא להלוך בתמימות (הנה) [הוא] דאתא, להיות אמונת הש"י והבטחה חקוקה בלב אדם, ומשום הכי היכא שהוא חולה אינו ראוי להחמיר לאסור, אבל מ"מ אומר, מאחר דעיקר איסורו לפי שהם הבלים, וכיזובים, ודברי תעתועים, ואין בהם ממשות (בשאילת) כשאילת כלדיים לפי' הרמב"ן, (עס קוקט אויס ווי דאס איז א טעות, עס דארף שטיין רמב"ם), א"כ מה"ט אין להתיר כלל לשאול במכשפים אפי' לחולה, מאחר שאין בה ממש, ורובה הבל, ואפילו לדעת הרמב"ן (שם), דס"ל דשאילת כלדיים, דהיינו איצטגנינות, היא חכמה יתירה ועצומה, ומותר להשמע להן, אלא שלא ישאל אחריהן, משום תמים תהיה עם ה' אלהיך, ויסמוך על הש"י, שהוא יכול לשדד המערכה, ולבטלו ע"י תפילה ובקשה ומעשים טובים, כאשר כתב בס"פ (ב"א) [ב"מ] (שבת ל"ב ע"א) מ"מ הכא גבי כישוף כ"ע מודים שאינה חכמה, אלא ענין רע הוא שניתן לבני אדם, ואפי' חכמי האומות מודים בזה, ושורפים כל המכשפים, והיינו שהוא דבר רע, להשחית ולחבל, ולהטיב לא ידעו ברוב העניינים, אם לא חולי דיש בו סכנה, דשרי אפילו לפי דעת הרמב"ם, דפעמים הם מכוונים ומוצאים דברים כנים ונכוחים, ואפי' ספק נפשות דוחה את השבת, שהוא בסקילה, ק"ו בכה"ג, אבל היכא דליכא סכנות נפשות לא, אפילו הוא סכנת אבר, שהרי כבר חלקו כל האחרונים על ר"ת (הג"ה מרדכי שבת, סימן תס"ד) דמשווה סכנת אבר בעניין חילול שבת לסכנת נפשות, (וראייתו) [וראייתם] ברורה (רא"ש ע"ז פ"ב סימן י'), ומ"מ לפעמים יראה להתיר אפי' דברים שאין בו סכנת נפש, אלא סכנת אבר, וכגון שידוע שבא החולי לאדם ע"י מקרה ורוח רעה, דשרי לשאול בהן, לפי דברי (הרמב"ם) [הרמב"ן], דעל אותן עניינים וכיוצא בהן רוב המכשפים יודעים ומוצאים עזר ותרופה, ואפשר אף לדברי הרמב"ם יראה למצא היתר, ולומר שלא אסרה תורה כישוף כה"ג, דאינו בא אלא לגרש ולבטל כישוף ורוח רעה הדומה, כי לא אסרה תורה אלא לשאול בהן ולרדוף אחריהן, ולהאמין בהם, שיש ממש בעניניהם, וראייה קצת לדבר, שהסנהדרין היו לומדים כישוף (סנהדרין י"ז ע"א) כדי לבטל כישוף של המחוייבים מיתה, וכה"ג מצאתי בתשו' מהר"ר מנחם מ"צ, דמותר ללמוד מן המכשף ענייני כישוף, כדי להציל עצמו או אחרים ע"כ, ומצאתי לו און מהאי סוגיא דלעיל, דאמרה איהי מילתא ואסרתא לארבא, אמרו אינהו מילתא ושריוה, אלמא דשרי לבטל כישוף, אעפ"י שלא היה שם שום סכנה, וכ"ש ע"י גוי דשרי, אבל בענין אחר כגון סתם חולה, ואין בו סכנה, לא אוכל למצא היתר כלל:

 

 

שכל טוב (בובר) שמות פרק ז ד"ה יא) ויקרא גם

ולמכשפים. א"ר יוחנן למה נקרא שמם כשפים, שמכחישין פמליא של מעלה, פירוש כיצד מכחישין שמראים שעושים אותות ומופתים מעין מעשיו של מקום, אפס כי חלילה למאמינים להאמין בהם ולאמור שהן עושין מעשה ממש, אלא מראין באחיזת עינים שכן הוא והוא אינו כן, (הערה: דוכט זיך דאס איז א שטיקל סתירה'לע לדבריך, ווייל דא (קוקט אויס) באציט ער זיך שוין אויפן "מכחישין פמליא של מעלה" וואס איז פון דיינע גוטע ראיות, אבער ער טייטשט אריין דערין אז עס איז נאר אחיזת עינים, אבער ער טוט גארניטש, און פארואוס האט ער א פראבלעם צו זאגן אז עס איז יא א מעשה, פשוט די שווארצע כוחות.

 

 

שו"ת הרשב"א חלק א סימן תיג ד"ה תשובה שהשבתי

 

תשובה שהשבתי למונטפשליר. כבודך יכריחני ומעלתך מגדרי תוציאני. כל ימי גדרתי בעדי ולא אצא חוץ מגדרי לבל אשים דבורי במה שרבו בו החקירות עד אמצא איש נבון וחכם להוציאני ממבוכות הנסתרות. ועתה אתה אוחז בערפי להוציא מה שאין לי חפץ בו. על פי כי דברים אלו שאמרת אין לבבי /לבי/ מכיל חקירתם כי רבה מבוכתם ונפלאה ממני אמתתם לאמר מצאתי און לי ויש דברים שאסמוך על יסודותם. אבל מה אעשה ואהבתך ומעלתך הסיתו אותי לענות בחכמה נעלמה ויהי מה ואם לא ישיג לבבי עומקה ורומה. ואומר אני כי באמת פעם אחת שאלני אחד מאנשי החכמה אשר בארצכם על עשיית צורת אריה במתכת לרפואה. והתרתי כי אמרתי שאיני רואה שום איסור בעשיית הצורה לרפואה. והבאתי לו ראיה מסלע שעל גבי הצינית  וכו'...... ואמרתי שגם מורנו הרב הגדול רבינו משה בר נחמן ז"ל היה מתיר ועושה. ואין לנו גדול ממנו בחכמה ובמנין וביראת חטא. (זעט אויס ער איז אויך געווען פון די רמב"ם'יסטן) וכשהתרתי לא ידעתי שנפלה מחלוקת שם בחכמי הארץ שאין דרכי לענות על ריב ולא אחקרנו. ואחר מיכן באו אלי שאלו' על זה מן החכמים החולקין לומר שהצורה לרפואה אסורה. ודחו אותה ראיה שהבאתי מסלע שעל גבי הצינית. אע"פ שדחו אותה בענין שאינו מתקבל כלל לה והשבתי כדי שלא אכניס עצמי במחלוקתם. שאם הם מנצחין זה את זה מה לי לנפול בדבריהם. אבל בעושה אותה בעונה ידועה כמדומה שעל זה לא נשאלתי ולא השבתי. ומכל מקום איני רואה שיאסרו לחלוטין כל הצורות וכל העונות וכל המעשים וכל הדבורים בכל ענין. לא משום לא תעוננו ולא משום לא תנחשו ולא משום מה שיראה כשוף או דרכי האמורי. ....... ומי יתן וידעתי חכם בארץ ואעשה לי רב עלי ואשמעיניה וישמיעני ובסתום חכמה בכל אלה יודיעני. ואדון בזה עמך וגם הרב הגדול מורה צדק הרב רבינו משה ברבי מימון ז"ל. ולא כמשיב על דבריו ועל דבריך רק כחוקר ושואל אולי תמצא ארוכה למבוכה. ........... ולפי שבאו דברים אלו בספרינו המקודשים לרבותינו החכמים. ובהפך זה יראה מפשטי מקראי התורה מקראות מלאי' שלמים (דברים י"ח) לא ימצא בך קוסם קסמים מעונן ומכשף. נלאה לבבי למצוא הפתח ולפתח חרצובות אלי ומחפש אני כמחפש בנרות ולא כמקיים בביאור וגוזר גזרות. ואולי אמצא קצת עולה למקצת המבוכה הזאת ואם לא לכול'. און דא ברענגט ער זיין דעת איבער דעם ענין. דערנאך שרייבט ער, הנה כתבתי ממה שבא בדבריהם ז"ל בכללי ענינים אלה. ומה שהתירו מכללם רבותינו הקדושים אחד אחוז מן החמישים. ולבי עוד מגמגם כאשר כתבתי ואשר באתי לתקן ולתרגם. ולא כתבתי אחד מאלה לעשות מעשה רק באותן שהוזכרו בגמר' שאין זאת משנת חסידים רק כדורש מן הספק להלכה. עד אמצא חכם יעשה אתנו ברכה להוציא כאלו רגלינו מן הסבכה. ואתם תעמידו דבר על בוריו ותודיעונו.

(הערה: בקיצור, דער רשב"א שרייבט זיין דעת, אבער שרייט נישט אז דאס איז עס מיט דעם רשב"א ווייל ער שרייבט אליין אז ער טוט נישט אין די חקירות, נאר דא, און ער ברענט עטליכע מאל ארויס אז ער איז נישט זיכער איבער דעם גאנצן ענין, און ער איז נישט מכריע קעגן דעם רמב"ם. ער זאגט עס בדרך אפשר , ווידער דער רמבם זאגט בדרך וודאי.

 

 

ספר יראים סימן רלט [דפוס ישן - פב] ד"ה ותניא המכשף

ותניא המכשף. זה העושה מעשה ולא האוחז את העינים. ושאלתי את מלמדי מהו כשוף. ולא שמעתי מהם דבר מיושר על זה.

 

פון די פאלגענדע קען מען אביסל זען מאדנע זאכן אין דעם ענין פון כישוף, און וואסערע סארט זאכן זיי האבן געטון, און קוקט צי עס לייגט זיך אויפן שכל אז מיט יענע פעולות האבן זיי געטון כישוף אדער געזען עתידות. אויך זע אביסל זייער ציל מיט די כישוף.

 

רש"י. שבעה מיני זכור - שכבת זרע משבע בריות, ומעביר על עיניו ועושה כשפים.

אבן עזרא שמות פרק כב פסוק יז

מכשפה טעם להזכיר זה אחר הבתולה, כי המתאווים יתאוו דרך כשפים למלאות תאותם. (הערה: זעען מיר א מאטיוו). והזכיר הנקבה, כי היא הנמצאת בכשוף יותר מן הזכרים:

 

אבן עזרא מיכה פרק ה פסוק יא

ומעוננים - מסתכלים בעננים לדעת העתידות: (הערה: היינט ווייסט יעדער וואס די וואלקענעס זענען (אויב נישט, ליין אביסעלע), און זאג מיר צי די מכשפים האבן געזען דערין עתידות...

 

רד"ק יחזקאל פרק יג פסוק יח

כסת היא כר שמשימים תחת הראש כששוכב אדם ופעמים אדם יושב עליו והנשים האלה היו עושות זה הענין בדרך כשפים והיו מתפרות כסתות על כל אצילי ידי מן השואלים בהן ומתקנות מספחות על ראש כל קומה מן השואלים בהם והיו אומרות להם כי על ידי אותם מעשים ודברים שהיו הן אומרות מודיעות להם את העתידות ומה שאמר קומה לפי שהיו מעמידות אותם על רגליהם בעוד שהיו עושות המעשה:

 

ילקוט שמעוני תורה פרשת ואתחנן רמז תתמה

משל למה"ד לאשה שעשתה כשפים לעצמה שלא תלד,

 

אדער איז געווען זייער ציל:

ספר חסידים (מרגליות) סימן אלף קנט

נביאי הבעל היו מתקנים להם לישראל פסל ומכשפין את ישראל ומציירין כדמותן כמו שמתקנין בשעוה והיו מייסרין את ישראל ביסורין וכשהיו באים אצל בעלי כשפים לרפאותם היו אומרי' לו עבוד ע"ז פלוני ותתרפא (הערה: האמיר שוין נאך א הויפט מאטיוו.)

 

חתם סופר מסכת פסחים דף לא עמוד ב

 

מ"מ ישראלים אין מעבירין על האוכלין וגוים לא דרסי עליו דחיישי' לכשפים ע"ש פירוש התם במוצא במקום שרוב ישראל ואז עדיין לא היו בנות ישראל פריצי בכשוף ע"כ ישראלים אין מעבירין על האוכלין ומגביהים אותם וגוים דחשדי לישראל בכשוף לא דרסי עלייה

 

ספר אור זרוע ח"א - הלכות טהרת ק"ש ותפילה סימן קלח

וההיא דר"פ הדר עם הנכרי ההיא דר"ג דא"ל למבגאי טול גלוסקן דאמר עלה באותה שעה למדתי שאין מעבירין על האוכלין ופרש"י אין מעבירין עליהם אלא נוטלין אותן ואמר ר' יוחנן משום ר"ש בן יוחאי לא שנו אלא בדורות הראשונים שאין בנות ישראל פרוצות בכשפים אבל בדורות אחרונים שבנות ישראל פרוצות בכשפים מעבירין

הערה: יעדע פרוי קען עפעס קענען כישוף, און אפילו די אידישע האבן גאר געעקענט די העכערע כוחות פון כישוף, ? נאר אלעס האט זיך געדרייט ארום דעם, עס איז גועוען ווי עפעס א מיסטעריעזע כוח וואס יעדער האט געהאלטן אז דאס איז טאקע פאראן, און פאר דעם זעט מען ביי פילע הלכות אפילו ווי מ'זארגט זיך אז דער גוי וועט זאגן אז ער אדער דער איד מאכט כישוף.

וכתוב בארחות חיים (שם) יש מקומות שאין מניחים מזוזה בפתחי רשות הרבים משום סכנת עכו"ם שיאמרו כשפים עושה

 

שולחן ערוך אורח חיים סימן ג סעיף יא

 

לא יקנח בחרס, משום כשפים, ולא ט בעשבים יבשים, שהמקנח בדבר שהאור שולט בו שיניו התחתונות נושרות, ולא בצרור שקנח בו (יט) חבירו, מפני שמביא את האדם לידי י תחתוניות. הגה: ועכשיו, שבתי כסאות שלנו (כ) אינן בשדה, נהגו לקנח (בחרס, יא וכן נהגו לקנח) (כא) בדבר שהאור שולט בו ואינו מזיק, ופוק חזי מאי עמא דבר (חידושי אגודה פרק המוצא).

 

 

חור שבין יהודי לחבירו, כל אחד בודק עד מקום שידו מגעת (כט) יא והשאר מבטל בלבו, ודיו; ושבין יהודי לא"י אינו צריך בדיקה כלל, (ל) שמא יאמר: כשפים הוא עושה לי ונמצא (לא) יב בא לידי סכנה.

משנה ברורה סימן תלג ס"ק ל

שמא יאמר כשפים וכו' - במה שהוא מחפש בלילה לאור הנר בחורין ומ"מ למחר ביום ארבעה עשר יבדוק לאור היום שבזה לא יבוא עכו"ם לחשדו:

 

 

ירושלמי תני הדר בפונדקי אין מחייבין אותו לכפות דלא יהוון אמרין חרש הוא, פירוש פונדק הרבה נכנסין ויוצאין שם והרבה לנין בתוכו אף בלילה, שמא יאמרו כשפים הוא עושה לנו, לפיכך ישן על גבי קרקע ואינו כופה מטה שיש לו בפונדק.

 

דאס איז פאר דערווייל, איך האלט אינמיטן קוקן נאך.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2006 18:48 לינק ישיר 

איך וועל ממשיך זיין נאך שבת, אבער דערווייל לייג איך דאס ארויף.

עס טוט זיך גאר אויפן גר"א.

שו"ת יביע אומר חלק א - יו"ד סימן ט ד"ה (ג) ומריש *:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

 

(ג) ומריש הוה אמינא דהא דהשמיט הרמב"ם כאן הטעם של רו"ר, לשטתיה אזיל (בפרק י"א מהל' ע"ז הי"א והט"ז), שכ', בענין השדים והרוחות וכשפים ולחשים שהכל שקר, ובביאורי הגר"א יו"ד (סי' קעט ס"ק יג). כתב ע"ז בזה"ל: וכבר הכו על קדקדו. [במחכתה"ר], שהרי מצינו כמה מעשיות בגמ' ע"פ שמות וכשפים, כדאיתא בשבת (פא:), ובחולין (קה:), ובסנהדרין (סח), ובירוש' (ס"פ ד' מיתות). וכו'. והפילוסופיא הטתו ברוב לקחה, לפרש הגמ' הכל בדרך הלציי, ולעקור אותן מפשטן. ע"ש. +בספר קריה נאמנה (עמוד קס) הובא מכתב הרה"ג ר' צבי הירש קצנלבויגן, אל המחבר, שנאמר בו בין השאר: ושמעתי מפי הגאון רבי מנשה מאילייא ז"ל, שמ"ש בביאורי הגר"א יו"ד (סי' קעט ס"ק יג), על הרמב"ם, שהפילוסופיא הארורה הטתו ברוב לקחה, אבל כבר הכו על קדקדו וכו'. ע"ש. וכן מ"ש בביאורי הגר"א הגר"א /תיבת הגר"א כפולה/ יו"ד (סי' רמו ס"ק יח) ע"ד הרמ"א בהגה, שלא ראה את הפרדס לא הוא ולא הרמב"ם וכו'. ע"ש. מעולם לא יצאו הדברים האלה מעטו ומפה קדשו של הגר"א, ואיש אחד הציג דברים אלו בתוך ביאורי הגר"א בשעת ההדפסה, והוא היה מכיר את האיש ואת שיחו. ע"כ. אולם בס' עליות אליהו (דף יג ע"א) הובא מכתב ממהר"ש לוריא, (שהוציא לאור הדפוס ספרי הגר"א ובכל כתבי יד קדשו נאמן הוא, לפי עדות הרב המחבר הנ"ל), שדברי הגר"א בביאוריו ליו"ד (סי' קעט וסי' רמו) נמצאים בכתב יד קדשו, ולכן מ"ש רצ"ה ק"ב בקריה נאמנה הנ"ל לדבר תועה על מסדרי הדברים הנ"ל, אינה קריאה נאמנה, ושקר ענה. ע"ש. וכ"כ ר' אהרן מרכוס בספר החסידות (עמוד עט) לדחות דברי רצ"ה ק"ב הנ"ל, ע"פ עדות הגאון רד"ל שקבע אמיתות הדברים ע"פ כתב היד של הגר"א. וכ"כ ר' יצחק מלצאן באבן שלמה (פרק יא אות ג), שכן נמצא בכי"ק של הגר"א, ושלא כיש אומרים שאין זה מדברי הגר"א. ע"ש. (וע' בס' נשמת חיים מאמר שלישי פרק יב).+ וע' בהרד"ק שמואל א' (ס"פ כח), שהביא מחלוקת הגאונים בענין בעלת אוב שהעלתה את שמואל, כי רב שמואל בן חפני הגאון ז"ל אמר, שאע"פ שנראה מדברי חז"ל בגמ' (חגיגה ד:) כי אמת היה שהחיתה האשה את שמואל, לא יקובלו הדברים במקום שיש מכחישים להם מן השכל. אבל רב סעדיה ורב האי הגאונים ז"ל אמרו שאמת הוא וכו'. ע"ש. וע' בתשו' הגאונים ליק (ס"ס צט) שכ' רב האי גאון, וז"ל: ומר רב שמואל (בן חפני) גאון ז"ל וכיוצא בו, שהרבו לקרות בספרי נכרים, אומרים, שלא יעשה נס אלא לנביא, ומכחישין בכל מעשה שנאמר שנעשה נס לצדיקים, ואומרים כי אין זה הלכה. ואף במעשה של ר"ע שצפה בהיכלות וכיו"ב, אומרים שאינם הלכה. ואנו סוברים כי הקב"ה עושה נסים לצדיקים, ומראה אותן פנימיות מראות היכליו. וכו'. ע"ש. וע' בתשו' הרשב"א (סי' תיג). ואכמ"ל. אולם אחרי שובי נחמתי, מאחר שראינו כן גם לשאר פוסקים, דס"ל על כמה מיני רוחות רעות שאינם מצויים בינינו. וע"ע בהמאירי פסחים (קי:). וע' בשו"ת חת"ס חיו"ד (סי' קא). +מש"כ בענין מציאת השדים, וציינתי להמאירי. שו"ר בשו"ת הרדב"ז ח"ג (ס"ס תה) שהביא מ"ש המאירי: שאלו שמאמינים במציאת השדים אסור להם לשאול בהם אף בחול וכו', וגדולי הפוסקים גורסים מפני שמכזבים, כלומר שעיקר ההיתר מפני שהם דברי הבאי, ואין אדם מצוי לימשך אחריהם. וכן עיקר. ע"כ. [והוא לפנינו במאירי סנהדרין עמוד של"ב].




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > כישוף היינטיגע צייטן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. בקטגוריית דת ואמונה אתם מוזמים להיכנס ולדון על כל נושא שעולה לכם בקשר לדת היהודית. שו''ת בנושאי הלכה, פרשנות לתורה ולמקרא, גאולה, אחרית הימים ועוד.