|
|
| נשלח ב-5/6/2006 04:58 |
|
| |
התאחדות, דיפלאמאט איך מיין אז דאס איז אין מחזיק ברכה.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 22:30 |
|
| |
פון דא דארט, יישר כוח אביסל האסטו מיר גרינגער געמאכט, מ'שטיינס געזאגט זוכן אין 'אלע' ספרי החידא איז ווי זוכן א נאדל אין זאמד, אבער אויב קענסטו זיך דערמאנען בערך וואו ער שרייבט עס אין מחזיק ברכה, וועל איך דיר מחזיק ברכה זיין. יישר כוח.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2006 02:05 |
|
| |
נישט זיכער, איך האב עס נישט דא , אבער געב א קוק און סי' נ"ב
|
|
|
|
| נשלח ב-11/7/2006 01:41 |
|
| |
פוןדאאוןדארט, איך בין געווארן פארנומען, און איך האף בקרוב איבערצוגיין דיינע הערות אחת אחת, מעגליך אז דו ביסט גערעכט. איך האב בלויז געפרעגט.
מיט אנטשולדיגונג.
דעת_ותבונה איז ב"ה ציריק, א המשך איז ערווארטעט א יעדע מניט.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/7/2006 18:42 |
|
| |
כ'בין נישט אזא גרויסע תלמוד חכם ווי יעדער דא, אבער לאמיר פרובירן זיך צו דערמאנען אביסל
גירסא דינקתא. איך וועל לכאורה גיין צומישט אביסל, כהאף אז מוועט מיר פארשטיין.
ערשטענס, לגבי זיך פסקענען אליינס, אפילו מהאט איבערגעארבייט די סוגיא, ווען איך האב מיר אמאל
פארהערט ביי ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א, האב איך אים אמאל געפרעגט בנוגע דעם ענין, האט מיר
געענטפערט, אז ווי גוט מזאל האבן דורך געארבייט אן ענין, טאר מען זיך נישט פסקענען אליינס,
פארוואס? ווייל כמעט אלס ווען די האסט א שאלה, לאמיר זאגן לגבי מאכן המוציא אויף אידיש, צו
מהאט יוצא געווען צו נישט, און ש"ע סימן קס"ז איךמיין אז אין סיעף י"ג, ווערט דערמאנט די
שאלה, און דער מחבר און די נושאי כלים, פסקענען, אז אויב האט מען דערמאנט שם ומלכות, האט מען
יוצא געווען, יעצט אז איינער וועט גיין און זיך פסקענען די הלכה אזוי, האט ער נישט גוט
געטוהן, פארוואס, ווייל סאיז דא נאך אזאך וואס קיינער פון די נושאי כלים דערמאנען נישט, דאס
איז מטבע שטבעו חכמים, הגם דער תניא דערמאנט עס יא,
(און ער האלט אז סהייסט נישט מטבע שטבעו חכמים) אבער נישט אויפן פלאץ, ממילא וועט דער איד זיך
נישט כאפן, און ער קען אזוי אריין פאלן און אסך הארבע איסורים, ממילא וועגן דעם דארף מען גיין
פרעגן אויך א מורה הוראה.
לגבי וועם מזאל אויסוועלן אלס מורה הוראה, די פראקטישסטע איז מזאל גיין צו איינעם וואס דו
קענסט שוין פון ווען דו ביסט געבוירן (אויב מעגליך) ווייל ער קען דיר שוין פון אלס קינד, און
ער וועט דיר בעסער קענען ענטפערן (למשל איך גיי געווענליך צו ר' געציל בערקאוויטש שליט"א אין
קרית יואל, פשוט ווייל ער קען מיר פון אלס קליין קינד, און אסך מאל האט ער מיר געזאגט, אז
לגבי א צווייטן וואלט ער ווען אנדערש געפסק'נט).
לגבי ווער סהייסט רוב און א שטאט ווי וויליאמסבורג, איז טאקע זייער שווער ווייל סאיז נישטא
קיין שטאטס רב, נאר יעדע ביהמ"ד האט זיך זיין אייגענע רב, אבער וואו עס איז דא א שטאטס רב
פאלט לכאורה אוועק די שאלה ווער סהייסט רוב, וויבאלד סאיז דא אי רב וואס רוב האבן
אויפגענומען, האט ער די כח פון רוב.
(טאגליכט מיר האבן פארראכטן די חלק וואס קען פארדרייען די שמועס דא צו גאר א צווייטע נושא,
מיט אנטשולידגונג)
תוקן על ידי - שיעור_עיון - 11/07/2006 18:50:42
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2006 04:49 |
|
| |
טאגליכט עפעס איז אינטרעסאנט, ר' געציל פסקנט פאר איינעם אזוי, און פאר א צווייטען אנדרעש??? היתכן?????
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2008 01:35 |
|
| |
שלום שטוב, זייער פשוט. אין רוב שאלות וואס ווערן געפרעגט זענען דא עטליכע שיטות, און עס איז דא אן עיקר הדין, א לכתחילה, א בדיעבד, א שעת הדחק און א מחמיר תבוא עליו ברכה. ווען מ'קען א מענטש ווייסט מען אויך צי דער זאך הייסט ביי אים א שעת הדחק אדער נישט. ווען איינער פרעגט א שאלה וויל ער אויך וויסן צי עס פאסט פאר זיין סטאנדארט אין אידישקייט.
יעצט, ווען ר' געציל וועט פארשטיין אויף די שאלה אז מ'קען זיך סומך זיין אויף די מקילים, אבער ער ווייסט אז דער איד ספענדט א סך געלט אויף אלע ענינים וואס איז שייך נאך צו קומען די גרעסטע חומרא, טאר ער אים נישט ענטפערן אז די זאך איז מותר, און שוין. אויב ער ענטפערט אזוי, האט ער אים אויסגעפאפט, וועל ווען ער באקומט דעם קלארן בילד וואלט ער זיכער נישט מקיל געווען.
די זעלבע איז פארקערט, ווען עס איז דא אין א זאך א שיטת המחמירים, אבער ער פארשטייט אז דער שואל איז נישט אינטערעסירט אין קיין חומרות, וועט ער אים דארפן ענטפערן די עיקר הדין. אויב ער וועט אים זאגן וועגן די מחמירים, קען זיין אז ער וועט דא קומענדיגע מאל בכלל נישט פרעגן קיין שאלה רח"ל.
אויסער דעם דארף מען וויסן וואס עס הייסט א הפסד מרובה ביי איין מענטש איז נישט ביי אן אנדערן מענטש, און דאס איז זייער שווער אויסצורעכענען ווען מ'קען נישט דעם שואל. דאס זעלבע איז מיט פיל אנדערע ענינים וואס מ'טאר נישט ארויפברענגען על הכתב.
 |
|
|
|
|
|