מעג מען ארויסזאגן דעם נאמען: ג-ט?
גרויזאמער:
מיין טאטע האט מיר אמאל געזאגט: אז די יידישיסטן און אפיקורסים האבן ליב אנצורופען דעם בורא כל עולמים מיטן נאמען גאט, נישט באשעפער אדער אייבישטער. ער האט מיר געוויזן אז אזוי שטייט אין אגרא דכלה אז עס איז א קפידא נישט צו זאגן גאט.
חוץ דעם האט מיך איינער געזאגט אז דא איז א אפיקורסישע פארום.
איך זעה אז דא שרייבט יעדער גאט, הייב איך שוין אן חושד צו זיין אז סיי מיין טאטע און סיי יענער זענען גערעכט.
אויך האט מיר מיין טאטע געזאגט אז אידישקייט האט נישט קיין סוף מען קען גיין פון דרגא צו דרגא, אבער א אפיקורס וואס וויל נוצן זיין פארטעמפטע קאפ צו פארשטיין די עקזיסטענץ פון גאט ענדיגט זיך עס מיט די צייט. אדער שמדט ער זיך, אדער נעמט ער זיך דאס לעבן.
איך זעה אז דא אין דעם פארום וואס מען זוכט וויאזוי צו פארשן גאט, און מען ווייסט אפילו נישט וואס צו פרעגן פאר כעס אויף גאט, האט זיך עס געענדיגט און גאט באקומט שוין נישט מער זיין עטענטשען דא, דער פארום ווערט פארשווינדען פון דארט ווי עס איז געקומען צו גיין.
ממילא הייב איך אן חושד צו זיין אז אויך מיט דעם איז מיין טאטע גערעכט געווען.
אוקיי?
תוקן על ידי - עצור_כאן - 26/05/2006 14:24:25
 |
|
|