| נשלח ב-26/5/2006 15:16 |
|
| |
דרך אין עבודת ה': ברסלב
ייאוש?
זיי רעדן אגאנצען טאג פון זיך נישט מייאש זיין און נישט זיין בעצבות.
איז דאס נארמאל? ווייזט דאס נישט אן אינערליכע אבסעסיע מיט ייאוש און עצבות?
א מענטש האט דאך אנדערע פראבלעמן אויף די וועלט. ער דארף ברענגן פרנסה לערנען דאווענען און
אויפציען דורות, וויאזוי קען מען דען האבן צייט אגאנצען טאג צו רעדן פון ייאוש, דאס איז דאך א
בחורישע פרבלעם בעפאר ער טרעפט א שידוך.
סיכום: וואס איז דער ברסלב'ער דרך אין עבודת ה'?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2006 02:04 |
|
| |
אזוי ווי ביי אנדערע חסידות'ן טאקע נאר די בחורים פארנעמען זיך מיט די יסודות החסידות. אין וויז'ניץ איז דאס דער שבת, אין בעלז - צניעות, אין סאטמאר - קנאות א.א.וו. אזוי אויך רוב פון די איבער 30גע יעריגע ברסלב'ער לעבן זיך זייער נארמאלער לעבן...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2006 18:00 |
|
| |
מ'קען דאס זאגן אויף כללית אידישקייט, אבער דער פארום איז דאך געמאכט פאר די דאזיגע אינגווארג
וואס קאכן זיך יא אין די זאכן.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2008 02:42 |
|
| |
ס'איז נישט דוקא בחורים, אלע ברסלב חסידים לייגן א ספיציעלע דגוש אויף שמחה, אזוי האט ר' נחמן זי''ע, געלערנט.
טאקע דערפאר וואס מען איז פארנומען און מען האט פראבלעמען, דארף מען שטענדיג געדענקען: נישט אריינצופאלען אין עצבות און ייאוש.
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד.
|
|
|
|
|