ואיקץ. און אט האב איך מיך אויפגעוועקט נאך א קאשמארישן חלום: דאס הארץ קלאפט מיט א גאר שנעלן טעמפא, די גלידער מיינע שאקלען" /> פורום: שיעור עיון - חלומות קעגן רעאליטעט – בחדרי חרדים
בית פורומים שיעור עיון

חלומות קעגן רעאליטעט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/5/2006 16:38 לינק ישיר 
חלומות קעגן רעאליטעט


*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" /> 


ואיקץ. און אט האב איך מיך אויפגעוועקט נאך א קאשמארישן חלום:



דאס הארץ קלאפט מיט א גאר שנעלן טעמפא, די גלידער מיינע שאקלען זיך און ווארפן זיך, אלעס ציטערט, אלעס דריזלט, עס רינט פון מיר שווייס ווי איך וואלט זיך אקארשט געטובלט אין וואסער, דאס קאפל איז מיר נישט אויפן קאפ ( איך בין אויסדרוקליך יא א איד), דער ציצית'ל איז געווארן א שאל, עס איז ווי ארומגעבינדן  מיין האלז , אלעס רעש'ט , אלעס טומל'ט, שווארצע רוחות צו אלע מיינע זייטן, איך טרייסל און צאפל פאר אנגסט און שרעק, די דאכענע איז צאמגעוויקלט ווי א קיפעלע, מיין קישן איז צעקייט און צוביסן.


 אין מיין קעפעלע קומט פאר מהומות, עס קנאקט אינעווייניג ווי גלייך איינער בויעט דארט א הייזקעלע און האט זיך דארטן אריינגעצויגן , די שפייכעכץ רינט, די אויגן זענען נאס, און די גרינע זאמד ביי די זייטן זענען דיקערער ווי אימער, גרויסע לאנגע און טיפע רויטע קנייטשן זעען זיך אן אויף מיינע ביידע הענט, אויך די האר פונעם קערפער זענען ווי פארווישט - קיינמאל נישט אין אכט גענומען ווי פילעקסיבל זיי זענען און אויף וויפיל וועגן זיי קענען זיך צעבוזשעווען, וויאזוי די לאקן מיינע - די הייליגע פאות -  קוקן אויס קען איך אפילו נישט אראפגעבן, איינס איז פשוט אויפגעשטעלט פאר שרעק, עס שטייט אויף ארויף, די אנדערע איז צעטיילט אין זעקס חלקים, למעלה למטה צפון דרום און לאחור, א חלק דערפון איז געווארן ווי א קאמפליצירטע פאזל, פארקניפט און פארבינדן,


איך אטעם פארסאפעט, עס לויפט דער ריטם שנעלער ווי ביי א ניי געבוירענע קינד, און נאך שנעלער ווי איך קען אניאגן, איך זע קוים וואו איך בין, דער גאנצער ארום איז מיר ווי פרעמד, איך שפיר ווי איך בין אויף א וועלט וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געזען און זיך נישט אויסגעמשלט, ווי די שווארצע אליין האבן אויף מיר פושט יד געווען, איך זע נישט קיין אנהויב און נישט קיין סוף, שווארץ און ווייס איז ווי צוזאמגעמישט, און איך פאל צוריק אויף ארונטער און קוק שוואכערהייט אויפן דאך מיט א פארטראכטן בליק, עס שפירט זיך ווי דער באגריף פון צייט איז אן אויסגעטראכטע, עס איז נישטא קיין געווען, קיין איצט און קיין זיין, די דאך קוקט מיר אויס ווי א פוסטע און וויסטע מדבר וואס קיין וועזן האט איר נאכנישט באטראטן, די ווענט ווי א טונקעלע דורכזיכטיגע מאטעריאל, מיינע מחשבות זענען ווי זיי קענען זיך אליין נישט קאנטראלירן, ווי זיי שלאגן זיך מיטן טייוול אליינס, זיי קענען זיך נישט באהערשן און טראץ אלע אנשטרענגונגען קענען זיי נישט צוריקהאלטן די פלוס פון בילדער און  סצענעס ואוס שווימען אויף איטליכער רגע, זיי קענען אפילו נישט קאנצענטרירן צו אויספילן די געווענליכע פונקציעס פון א דורכשניטליכן צופרי, נישטא קיין גענעצן, נישטא קיין אויסציען, נישטא קיין קראצן די אויגן, אלעס איז ווי געפרוירן, אלעס איז ווי פארשטייפט, גארנישט רירט זיך נישט, די איברים זענען ווי א שווערע לאסט , אינעם גאנצן ארום הערשט א טויט שטילקייט נאר דאס הויכע געפאמפעכץ פון דאס איידעלע הערצעלע הערט זיך ווי א ווידער קול אינעם גאנצן צימער.


אויש, ס'האט זיך פארשריבן. לאמיר גיין צום פונקט.


עס וואלט אינטערעסאנט געווען צו וויסן צי איז דא עפעס אן אופן צו וויסן אפצושיידן פון א חלום ביז א רעאליטעט.


1) ווען דער מענטש חלומ'ט איז מעגליך צו וויסן אז מען חלומ' ט נאר, צי קען מען זיך ציפן אין חלום זען צי עס טוט פאקטיש וויי, אדער וועט מען טאקע חלומען אז עס טוט וויי . בקיצור, וואס גייט פאר אין חלום? מה טיבה, וויאזוי קענען מיר זען זאכן אין חלום וואס מיר האבן זיך קיינמאל "אין וויסטן חלום" זיך נישט פארגעשטעלט? וויאזוי קומען ארויף די מאדנע און אומערווארטעטע דמיונות און חלומות? (ניין, עס האט זיך נישט גערעדט פון קיין זיבן זאטע קיען וואס שלינגען איין אנדערע אדער פון דריי שטאקיגע קוישעלעך, די רעדע איז פון פיל ערגערס און קאשמארישער  פון דעם...) פארוואס קענען אזעלכע זאכן וואס מ'האט זיי נישט געזען און נישט געהערט, נישט געטראכט דערפון , נישט נעכטן און נישט איידער נעכטן, וויאזוי קומען זיי דאן ארויף אויפן געדאנק ווען מען ליגט אויסגעצויגן מאכטלאז ווי א זעכציגסטל פון א מת, וויאזוי שפילט זיך דאן אפ אזעלכע האראר שפילן און אנטוויקלונגען?


אוי (דא גיט זיך א טיפן אטעם אריין און ארויס). נאך איצט רינט שווייס (סאו טו ספיק) ווען עס דערמאנט זיך דערפון.


 




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/5/2006 16:53 לינק ישיר 

*:namespace prefix = o />

(אפדעיט: אין יעב"ץ סידור'ל האב איך דערווייל נישט געטראפן קיין פתרון.)


2) און דא איז די עיקר שאלה. צי איז מעגליך צו וויסן אין רעאליטעט אז דאס וואס קומט איצט פאר געשעט טאקע איצט אין מציאות, און עס איז זיכער נישט בלויז א חלום, ווי אלע חלומות. און אויב יא, וויאזוי, וואספארא מיטל וואלט מען געקענט נוצטן דאס צו אויפווייזן.


עס איז דאך לכאורה נישטא קיין שום וועג וויאזוי דאס צו קלארשטעלן. וויבאלד עס איז דאך נישטא קיין שום וועג צו מאכן א חילוק צווישן חלומען אז מ'טוט א געוויסע זאך און דאס באמת טון אין מציאות, טא וויאזוי קען איך וויסן אויף זזיכער אז איך טו יעצט נישט בלויז חלומען אז איך טו יענע זאך נאר איך טו עס  טאקע באמת.


איי, זאל איך זיכער מאכן אז איך בין יעצט נאר אויף , אבער וויאזוי? אפשר חלומסטו דאס נאר אז דו ביסט אויף, ווייל דאס איז דאך זיכער אז אין חלום קען מען נישט וויסן צי מען חלומט צי נישט, דעריבער קען דאך זיין אז איצט ווען דו מיינסט אז עס זיכער א רעאליטעט, ביסטו נאר אין א ליבליכן חלום וואס דארט קוקט דיר אויס ווי עס איז אין מציאות, אבער באמת אין פאקטישן מציאות ביסטו אין א טיפן שלאף...


יעצט איך ווייס אז קען זיין אז איך חלום אויך נאר איצט, אבער טאקע דא אין חלום ברויך איך א תירוץ אויף מיין פראגע...


 

תוקן על ידי - ALLLLWAYS - 28/05/2006 17:02:43



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/5/2006 19:48 לינק ישיר 

*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

דע כי החלומות מפני ג' סבות, מפני מאכלים, מפני מחשבות, מפני חזוק הנפש.
המאכלים מולידים גסות ומעלין עשן אל המוח, והחלום הבא בסבת זה הכל עניני הבל ודברים בטלים.
החלום הבא בסבת מחשבות הוא כשאדם מחשב בהם תדיר ומכח ציור המחשבה שהוא מחשב בהם ביום יראה אותם בלילה וכו'.
החלום הבא מפני חזוק הנפש הוא האמתי הראוי מכלם שהוא מכחות הנפש, שכח המדמה מצייר בעת השינה הדברים המורגשים שכבר חשב בהם והשיגם בהקיץ וחקקם בדמיונו, ובשעת השינה שההרגשות בטלות, הכח הזה מתחזק בו עד שיהיה הענין נדמה לו כאלו ראה אותו בהרגש, והחלום הזה צודק כשהכח המדמה חזק באדם, והוא שבא לאדם מבלי שיהרהר בו ושלא על דרך הרגילות כלל, וזו היא נבואה קטנה שאמרו רז"ל שנתנו לשוטים ולתינוקות, מפני שאין להם דעת, ולא הטריחו חושיהן בהקיץ להשכיל בדברים המורגשים ולעצור אותם בדמיונם, ולפיכך כל מה שהכח המדמה שלהם ישתלם להם בהקיץ, ישתלם להם בעת השינה שהם מדמים דברים אמתיים ומתקיימים, והחלומות שהם מהמין הזה הם באים בין לצדיקים בין לרשעים מבלי שיהרהר אדם בענין זה כלל (רבינו בחיי בראשית מ"א, א').




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/5/2006 23:06 לינק ישיר 

מיין אבזערוואציע, אויף וויפיל ס'איז ווערט.

 די בעל החלומות (דע אנ-קאנטשעס מיינד) שטעלט צי נאר די מעשה (די פלאט) אין דער איך (איגא) מאכט דעסיזענס (בחירה), יא אפילה אין שלאף. 

בשעת מען איז וואך וועט די קאנשעס פאטרייבן די אנ-קאנשעס\סאב-קאנשעס  פין די אויבערפלאך, אבער ביים שלאפן לאט די קאנשעס נאך אין די דומין האט די אויבערהאנט.

אויב אבער נעמט מען זיך די כוחת (איך ווייס נישט פין ווי) קען מען דערטאפן אז דאס איז נאר א חלום,( אויב די מעשה איז א מאדענע)

פין ווי די אנקאנשעס נעמעט זיינע באבקעס איז א נושא פאר זיך.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > חלומות קעגן רעאליטעט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext