בית פורומים שיעור עיון

מיין טאכטער'ס פראבלעם פון יידישקייט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/5/2006 20:12 לינק ישיר 
מיין טאכטער'ס פראבלעם פון יידישקייט


עס איז דא צווישן אונז ואני הק' בתוכם וואס לעבן אין א איינרעדעניש אז מיר זיינען גוט, אבער למעשה זיינען מיר בכלל נישט גוט. וואס מאכט מיר טראכטן אזוי? ווייל מיין טאכטער שתחי' לעבט ב"ה אין א אנדערע וועלט ווי מיר לעבן אין רעדן זיך איין אז עס איז גוט.

חני טרעפט זיך מיט שרה, פון וואס רעדט מען?
חני. ווייסט היינט האב איך געקויפט א נייע קלייד
שרי. איך בין געווען פענסטער שאפינג איך האב גארנישט געטראפן.
 
און אזוי גייט די היינטיגע שמועסן
צווישן ווייבער און מענער, ביי מענער איז עס אנדערע נושאים, און ביי ווייבער איז עס זייער זאכן.


מיין טאכטער פארציילט מיר זי האט נישט מיט וועם צו שמועסן כמעט, ווייל יעדער איז ביזי מיט וואס זיי האבן געקויפט, און קיינעם פאלט נישט צו רעדן עפעס אמונה, דערמאנען דעם באשעפער, אדער עפעס אנדערש וואס האט צו טון מיט יידישקייט, א גאנצן טאג איז מען פארנומען מיט די קלייד אדער יענע קלייד.



וועגען וואס שרייב איך עס דא? ווייל איך וויל אי"ה שיקן
מיין טאכטער אין קעמפ און יעדעס מאל קומט ארויף די זעלבע פראבלעם אז זי האט נישט מיט וועם צו שמועסן, יעדער איז ביזי מיט די קליידער און שיך און וואס נישט, נאר נישט אביסל רוחניות.*:namespace prefix = o />



קען זיין אמאל מענטשען וואס זעהן אויס ווי די גרעסטע צדיקים פראביר כאפ אמאל א שמועס מיט זיי וועגען רוחניות וועלן זיי ענדערש וועלן רעדן פון אלעם נאר נישט פון דעם, אדער ווען מען הייבט אן רעדן עפעס ערענסט פלוצלינג דארפן זיי שוין גיין, וועלן מיר נאך רעדן, איך האב א מיטינג יעצט, און וכהנה וכהנה.



 


פארוואס קען מען היינט כמעט נישט טרעפן א מענטש וואס מען זאל רעדן מיט עם אביסל פון באשעפער, אדער פון אמונה פשוטה?



יא איך ווייס אז עס איז דא עסקנים גרויסע עסקנים וואס זיינען א גאנצן טאג ביזי מיטן באשעפער, אבער קיינער פון זיי מיינט עס נישט אמת'דיג לש"ש, נאר די עפל זאל זיין שיין פון אינדרויסן אבער אז איר וועט רעדן מיט זיי צווישן פיהר אויגן וועט איר זעהן דעם אמת וואס ליגט אונטער די שאלעכטץ.



(פארראכטן די באקוועמליכקייט פון די פאנטס, ענטערס, און גרויסקייט)



תוקן על ידי - דעת_ותבונה - 30/05/2006 20:33:47



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2006 22:24 לינק ישיר 

מכון עס וואלט זייער גוט געווען אז דו זאלסט אביסל  בעסער ארויסברענגן וואס דו ווילסט מיט דעם שיינעם מאמר, דאס אז דו ביסט גערעכט, דארף איך נישט שרייבן, ווייל דאס איז דאך פשוט'ער פון פשוט, די ירידות הדורות איז דאך שרעקליך, מענטשן לעבן נאר אויף חיצוניות, און ליידער רוב עסקנים אויך, איז למעשה אויב איז אייער טאכטער יא א אידישע וואס לעבט אביסל מער ווי אנדערע מיט דעם אמת'ן תכלית, איז דאך לכאורה דארף איר נישט שטערן בכלל אז זי האט נישט קיין סביבה, ווייל אויב איז מען קלאר אז עס איז טאג אינדרויסן, דארף מען אויף דעם קיין עדות נישט האבן, איז וואס איז די פראבלעם אז מ'זאל איר קענען העלפן?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > מיין טאכטער'ס פראבלעם פון יידישקייט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext