פרשת נשא: וויפיל עגלים זענען געווען
אין די וואך'ס פרשה שטייט אז די נשיאים האבן מנדב געווען 6 וועגענער מיט 12 שטירן צו שלעפן די וועגענער, משה רבינו האט געגעבן 2 וועגענער פאר די בני גרשון זיי זאלן מיט דעם שלעפן די יריעות/פרוכת, און 4 וועגענער פאר די בני מררי צו שלעפן די קרשים וכו'.
אין מסכת שבת (דף צ"ח) איז מבואר אז די 4 וועגענער פון די בני קהת האבן געהאלטן נאר די קרשים! 48 קרשים איז געווען אין משכן, 12 אויף יעדן וואגען (עיין שם באריכות).
שטעלט זיך די פראגע: וואו האט מען געלייגט די אדנים? וואו האט מען געלייגט די עמודים פונעם חצר?
די אדנים זענען געווען שווערע שוועלן, שטיקער זילבער אין די ברייט פון אן אמה וחצי אויף אן אמה, די הויכקייט אן אמה (טראץ די הוילקייט אינדערמיט פאר די ידות איז דאס נאך געווען גאנץ שווער צו שלעפן).
די עמודים זענען אויך געווען גאנץ ברייט (איך געדענק נישט ווי ברייט דאס איז געווען, אפשר אן אמה על אמה? אפשר רינדעכיג?), און הויך זענען זיי געווען 5 אדער 20 אמות (תלוי בשני דעות בזבחים ובריש עירובין), אויך האבן זיי פארמאגט קופערנע שוועלן.
געוואלד, וויאזוי האט מען דאס געטראגן?
היינט אינדערפרי מערק איך אז דער חזקוני שרייבט גאר אז עס זענען געווען מערערע וועגענער!
וזה לשונו (במדבר ז', ה'): ונתתה אותם אל הלוים איש כפי עבודתו, אם הוצרך להוסיף יוסיפו כל הצורך, שהרי שנים עשר בקר לא יוכלו למשוך ארבעים ושמונה קרשים והאדנים והבריחים והעמודים והיריעות והקלעים והמסכים והמיתרים והיתדות עכ"ל.
שטעלט זיך יעצט אבער א פראגע: פארוואס מוטשעט זיך די גמרא אין מס' שבת וויאזוי די קרשים זענען געליגן אויף די וועגענער, אויף די לענג אדער די ברייט, מיט די ריגלן ארויף אדער זייטיג, לויטן חזקוני האט מען דאך געקענט צולייגן וויפיל וועגנער עס האט אויסגעפעלט? שטייט דען ערגעץ קלאר ארויסגעשריבן אז די 4 וועגענער פון די בני מררי האט מען פארנוצט בלויז אויף די קרשים זעלבסט?
 |
|
|