| נשלח ב-15/6/2006 17:27 |
|
| |
לייענען מיסיאנערישע ליטעראטור אדער נישט?
אין די איצטיגע טעג ווען די אותו-האיש מיסיאנערן האבן זיך א לאז געטאן אויף דער חרד'ישער ניו יארק, וואס פארלאנגט זיך פון אן אינטעלעקטואלער מענטש, לייענען זייערע געמויזעכצער אדער נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2006 16:13 |
|
| |
איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן אזא נארישער פראגע, דו האלטסט איין איד קען ווערן א
קריסט פון ליטעראטור, מילא פאר געלט, ליבע אדער פאוער פארשטיי איך פשוט און פראסט פון ליטעראטור?
איך זעה נישט אז בכלל רעליגיע זאל נאך היינט האבן א ציאונג קראפט ווער רעדט נאך פון קריטיאניטי.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2006 17:01 |
|
| |
א דאנק, שילעפיק, פאר'ן שיין ארויסברענגען איין צד. דיין טענה, אויב פארשטיי איך גוט, איז אזוי: אויב וואלט ווען געווען א הוה אמינא אז די קריסטליכע ליטעראטור זאגט עפעס דברים של טעם, וואלט אפשר געווען א סברא אז מ'זאל עס לייענען, אבער וויבאלד ס'איז אן אנגענומענער פאקט אז זיי שרייבן גארנישט איבערצייגנד, דעריבער איז בכלל נישט לאגיש צו לייענען זייערע געמויזעכצער. האב איך גוט פארשטאנען?
אבער ס'איז דא א צווייטער צד אויך. פון וואנעט ווייסטו אז זיי רעדן נישט דברים של טעם? מאן יימר אז זייערע ווערטער זענען נישט איבערצייגנד? און אפילו אויב רעדן זיי יא צו דער זאך, ווער זאגט אז מ'דארף בכלל הערן וואס זיי האבן צו זאגן? אפשר דארף מען גלויבן בתמימות וואס די באבע האט נאכגעזאגט בשם צענערענע אז זיי זענען רשעים ארורים און וועלן פלאקערן אין גיהנום, און מער דארף מען נישט וויסן?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2006 14:46 |
|
| |
דו האסט מיך שלעכט פארשטאנען,
איך וועל טרייען נאכאמאל.
דיין פראגע איז די זעלבע אויב איינער עפענט אויף א אשכול צו מ'זאל אסר'ן ליינען 'שיק'ס' קונטרסים.
קודם טרעף מיר איינער וואס איז געווארן א קריסט פון זייערע נארישע ליטעראטור, און נאכדעם פרעג.
עס איז נישט קיין שום מציאות שבעולם אז א וויליאסמסבורג קינד זאל חלילה אריינפאלן אין זייער
נעץ, פון ליטערארטור.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2006 17:21 |
|
| |
שמיעה שמעתי אז פאר עטליכע יאר צוריק האט זיך א חרד'ישער יונגערמאן פון סיגעיט גע'שמד'ט.
די וויליאמסבורגער וועלן זיך נישט שמד'ן אפילו אויס ס'וואלט ווען געווען קלאר א די קריסטן זענען גערעכט. זיי זענען אידן אן שכל - פארוואס זאלן זיי ווערן קריסטן מיט שכל?
די פראגע מיינע איז, ווי פארשטענדליך, בנוגע אזעלכע וואס דער אמת איז נר לרגליהם, און נאר לאגיק און שכל איז זייער וועגווייזער.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2006 20:58 |
|
| |
טייערע דוד'ל
גארנישט צוצולייגן צו דיינע פערל-רייד
איך וויל נאר אויסשרייען עפעס וואס דו האסט געזאגט שטיל - בנוגע רוב רובם פון די וויליאמסבורגע אידן:
זיי זענען אידן אן שכל - פארוואס זאלן זיי ווערן קריסטן מיט שכל?
דברי פי חכם- חן.
תוקן על ידי - bilbo22 - 22/06/2006 21:02:23
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 14:40 |
|
| |
די וויליאמסבורג אידן זענען נאך עני טיים פאקטיש גרעסערע בעלי שכל ווי אלע אידן אין בארא פארק און אין פלעטבוש ביינאזאם.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2006 16:24 |
|
| |
האלט דא טראכט מען? הא הא הא.... קען קיין גרעסערער געלעכטער נישט זיין. אזוינע נארישע פראגעס אז עס איז א שרעק. יא, עס איז זייער ראטזאם אז יעדער אינטעלעקטואלער מענטש זאל לייענען זייער געמויזאכץ. בעסער שבת ביים טיש, כדי איינצובאקען אין די קינדער אביסל אינטעלעקט און זיי אויסצולערנען צו האלטען און טראכטען. קען גאר בעסער נישט זיין. א באנדע שוטים.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2006 18:05 |
|
| |
איטעלעקט האט נישט דא אהער, ווייל קיין איין קינד וועט נישט ווערן קיין קריסט פון ליינען זייערע שטותים.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2006 22:12 |
|
| |
וויליבוי,
אויב האסטו געלייענט זייערע א.ג. "שטותים", אשריך וטוב לך. און אגב ס'געפעלט מיר דיין מסקנא אז ס'איז שטותים, ווייל איך האלט אויך אזוי. די שאלה איז לגבי די וועלכע האבן נישט געלייענט צו זיי זאלן איצט גיין לייענען אדער קוקן זייער די-ווי-די (וואס לויט מיין מיינונג מאכט מער נישט גלייבן ווי יא).
די וועלכע האבן נאך נישט געלייענט קריסטליכע ליטעראטור האבן לכאורה נישט קיין רעכט צו גלייבן מיך, וויליבוי און זייער זיידע-באבע אז עס איז שקר, זיי דארפן עס אליין א דורך טון.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/7/2006 05:24 |
|
| |
פאר א פרומער איד וואס עקשענט זיך דוקא יא צו ליינען, וואלט איך געזאגט ער דארף א דאקטער. און די שאלה איז נישט דא צו ער ווערט ווערן א קריסט די שאלה איז דא וואס דרוקט אים אז ער וויל אזוי שטארק ליינען אזאלכע געבראטענע שטותים?
פאר א פרייען איד וואלט איך געזאגט מען טאר אים נישט לאזן ליינען, ווייל נאכדעם וועט ער זיך פארעקעלען פון אלע רעליגיעס, אפילו די אידישע רח"ל....
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2008 01:19 |
|
| |
צו דען גייט דאס נישט אריין אין דעם כלל פון 'הקורא ספרים חיצונים'?
|
|
|
|
|