| נשלח ב-18/6/2006 18:32 |
|
| |
גמילת חסדים - שנאת חנם ?
אין דף היומי יומא ט' ע"ב פרעגט די גמרא אז ביים צווייטען בית המקדש וואס עס איז געווען תורה ומצות וגמילת חסדים פארוואס איז דאס חרוב געווארען? ענטפערט די גמרא וועגען שנאת חנם.
פלא והפלא !!! מען קען עוסק זיין אין גמילת חסדים אין אויך זיין פארטוען אין שנאת חנם !
ווייסט אויס אז נישט יעדע גמילת חסדים נעמט זיך פון גיטסקייט, א סאך מאל טוען מענטשען גרויסע מצות צופרידען צו שטעלען זייערע עגא'ס.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2006 18:52 |
|
| |
א' ביז ת' (להבדיל)
אפילו דער דור איז געווען געשלאגן אין שנאת חנם, דאס הייסט עס איז געווען פיל שלעגערייען און צוטיילט אין פארשידענע פראקציעס, אבער נאך אלץ קען איינער טון גמילות חסדים מיט די אלע וואס ער לעבט יא גוט. דאס הייסט מען קען בארגן געלט און ארויסהעלפן פאר די נאנטע מענטשן אדער די וואס זענען אויף דיין מיינונג אדער פארטיי מיט וואס מען קען, אבער אין די זעלבע צייט זיין א שלעכטער מענטש לגבי די אלע וואס שטייען נישט מיט אים און ער האט זיי פיינט.
וה'היינטיגע דור יוכיח. ווען איז נאך געווען די גמילות חסדים אויף אזא גרויסן און ברייטן פארנעם, אבער אין די זעלבע צייט, ווען איז געווען אזא שנאת חנם אויף אזא גרויסן און ווייטפארשפרייטן פארנעם, און ווי דער פאקט ווייזט איז דאס קיין סתירה.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2006 19:01 |
|
| |
דא האסטו די סתירה, אויב דער מענטש איז א לב טוב ווי קומט שנאה?
אלא על כרחך אז די חסד איז פאר סעלפישע סיבות.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2006 20:11 |
|
| |
ווי איך פארשטיי איז טון חסד און שנאה קיין שום סתירה.
איך וואלט געזאגט אז טון חסד קומט פון א גוט הארץ, וואס דאס מיינט אז מען שוינט יענעם פשוט אלס די נאטור פון געפיל אדער לאמיר זאגן צוליב די גוטע שפירונג וואס א מענטש האט ווען "ער" האט יענעם געהאלפן. אבער דאס איז נישט קיין סתירה צו דעם אז דער זעלבער גוט הארציגער מענטש זאל אין די זעלבע צייט טראגן א שנאה צו דעם אדער יענעם, ווייל שנאה האט שוין לכאורה ענדערש מיט שכל און מיט קאפ, נישט מיט הארץ,. און דער פאקט איז אויך אז עס זענען דא פיל מענטשן וואס בעצם וועלן זיי ליב האבן ארויסצוהעלפן מענטשן, אבער אך און וויי איז צו די וואס זענען נישט אויף זיין ליסטע.
נאך מער, וויאזוי קען זיין אז דעם זעלבן מענטש וואס מ'האט זייער פיל ארויסגעהאלפן קען מען געפערליך פייניגן אין די מינוט וואס מען צוקריגט זיך מיט אים, אלא מאי חסד איז חסד אבער אין די מינוט וואס דער שנאה שפאצירט אריין שטופט דאס אוועק דעם לב טוב. דעריבער אנשטאט זאגן אז "עס איז צוליב סעלפישע סבות", וואלט איך געזאגט "עס איז צוליב געפילישע סבות", דערפאר ווען - אדער צו וועם - ער האט יא א שנאה איז אויס מיט די חסד. איי וואו איז דעמאלטס דער לב טוב? דערשטיקט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2006 05:40 |
|
| |
אני הקטן טייטש אפ שנאת חנם, פיינו האבן דעם מענטש ווייל איך קען איהם פערזענליך נישט ליידן
צוליעב געלט איז נישט שנאת חנם צוליעב כבוד איז נישט שנאת חנם צוליעב פאליטיק איז נישט שנאת חנם
שנאת חנם איז: איך קען איהם פשוט נישט סובל זיין. זאל ער זיל צעהן מאהל איבערדרייען און בעטן מחילה.
דאס הייסט שנאת חנם.
קנאה? ווייס איך נישט, רוב שנאת חנם קומט פשוט פון קנאת חנם.
דאס מיינט נישט אז דער זעלבער מענטש קען נישט זיין א גיטער. נאר געוויסע אידען האט ער פיינט
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2006 06:47 |
|
| |
באטשי
וואס עפעס זאל א מענטש איינעם פיינט האבן סתם אזוי אן קיין שום סבה. קענסט אפשר זאגן אז ממש א קלייניגקייט האט דיך געמאכט יענעם פיינט האבן, אפילו נאר יענעמס שטימע, די וועג וויאזוי ער רעדט, וואס ער רעדט אדער אפילו וויאזוי ער קוקט אויס, אבער 'עפעס א סבה' מוז דאך זיין פארוואס עס האט זיך ביי דיר געטראכט אז "איך האב אים פיינט", "ער געפעלט מיר נישט". והא ראי', האסטו שוין אמאל פיינט געהאט א מענטש איידער דו האסט אים געזען אדער כאטש געהערט זיין מהות אדער כאטש עפעס? עס קען דאך פשוט נישט זיין.
אלא מאי, קען זיין אז שנאת חנם קען מיינען אפילו עס איז דא עפעס א סבה'לע צו די שנאה, נאך אלץ הייסט עס שנאת חנם. איי, עס קוועטשט דאך דער לשון שנאת 'חנם'? קען זיין (בדרך אפשר) אז פשט פון די ווערטער "שנאת חנם" מיינט אז באמת איז די שנאה אומזיסט, ווייל באמת איז נישט דא קיין סבה פארוואס זאלסט יענעם צוליב דעם פיינט האבן, אפילו דו מיינסט אז יא.
דאס וואס דו זאגסט אז עס איז דא אמאל וואס מ'קען איינעם פשוט נישט סובל זיין אפילו ער זאל זיך איבערדרייען... מיין איך אז דאס איז ענדערש עקל פון יענעם, אבער נישט אז מ'האט אים פיינט, נאר 'שטיי נישט נעבן מיר'.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2006 06:53 |
|
| |
אלוועיס
אשריך אז דו ווייסט נישט וואס דאס איז...
מיינסטנס קומט דאס פון קנאה. האסט איהם גארנישט געטוהן אבער דו ביזסט מעהר פאר איהם האט ער דיך פיינט.
איך ווייס אויך נישט זיכער צו דאס הייסט שנאת חנם.
די גמרא גיט א מוסטער " קמצא ובר קמצא"
ער האט איהם געוואלט אלעס באצאלען, מכבד זיין וכדומה, פון דעסטנוועגען האט ער איהם ארויס גע'זרק'עט. דאס הייסט שנאת חינם.
פארוואס האט א גוי פיינט א איד? שנאת חינם.
מזאגט נאך פון צדיקים אז סאיז היינט נישטא ביי אונז.
הלוואי?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2006 07:02 |
|
| |
דאס וואס דו זאגסט אז "קנאה ווייס איך נישט". ווייס איך נישט וואס דו ווייסט נישט. קנאה איז א פשוטע זאך , עס איז א נאטור וואס יעדער מענטש האט אין זיך. אנגעהויבן פון גאר קליינע קינדער ואוס ווען זיי זעען ווי יענער האט עפעס , דארף ער עס אויך. האסט שוין זיכער באמערקט ווי עפעס ליגט אויפן פלאר און קיינער דארף עס נישט, אבער אין די רגע איינער הייבט עס אויף , קומט דער צווייטער צו קריכן און הייבט אן וויינען און פארפירן אז ער דארף דאס אויך, און טאקע שוין יעצט. דאס איז בלויזע קנאה.
אגב, קנאה איז אין רוב פעלער נאר אויף איינעם ואוס איז אין דיין לעוול. דאס הייסט , דער עושר איז נישט מקנא דעם דיין, דער יונגל איז נישט מקנא דעם יונגערמאן, און דער יונגערמאן איז נישט מקנא דעם עלטערן עושר, דער טיפש איז נישט מקנא דעם חכם, ווייל עס איז ווי אויסגעשלאסן אין זיין מוח, נאר יעדער קוקט אויף בערך זיין לעוול און זיי איז ער מקנא, איינער מער איינער ווייניגער, אבער דעמאלטס איז בעיקר די קנאה. למשל , צוויי מענטשן וואס עפענען א געשעפט אין די זעלבע צייט, און כ"ש אויב בערך די זעלבע סארט ביזנעס , איז שטארק די קנאה. אבער איינער וואס מאכט 500 דאלער א וואך איז נישט מקנא דעם וואס מאכט מיליאנען, נאר ער איז ענדערש מקנא דעם וואס מאכט 1000 אדער 1500 דאלער א וואך, ווייל דאס איז מער זיין לעוול. אוודאי קען ער באשטיין צו מאכן מיליאנען , אבער די קנאה איז כמעט נישטא. דער בירגער איז נישט מקנא דעם פרעזידענט, אבער דער וויצע פרעזידענט איז אים היבש מקנא, און מעגליך אפילו דער סעקרעטערי אוו סטעיט.
יעצט עס איז לכאורה נישטא אזא זאך ווי "קנאת חנם", ווייל מען איז נישט מקנא פאר גארנישט, נאר מען איז מקנא ווייל מען גלוסט נעבעך צו יענע זאך אדער צו דעם וואס יענער האט. ממילא קען דער קנאת חנם נישט ברענגען שנאת חנם.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2006 07:10 |
|
| |
זאגסטו דאך אז די שנאה קומט פון קנאה, איז דאך דאס אויך עטליסט עפעס א טעם, ווייל ער איז אים מקנא. אבער שנאה ממש בחנם וואלט איך געזאגט איז נישטא.
קמצא ובר קמצא איז דאך יא געווען א סבה פארוואס ער האט אים פיינט געהאט. א גוי האט פיינט א איד, אויך וועגן א סבה. די גמרא זאגט דאך פארוואס, הר סיני, שמשם ירדה שנאה לישראל. זיי האבן אונז מקנא געווען אז מיר האבן באקומען דעם ליבליכן תורה.
גראדע מיין איך האב איך אמאל געזען פון ר' חיים בריסקער זצ"ל (דוכט זיך אין קונטרס אמונה ובטחון) ווי ער זאגט. אז טיילמאל איז דא אזא זאך אז א געוויסער מענטש האט א חן, און אן קיין פארוואס האט אים יעדער ליב. ווידער איז דא מענטשן וואס אויך אן קיין סבה וואס מ'זאל קענען אנצייגן דערויף האט זיי יעדער פיינט, סיי וואס יענער זאל נאר טון. עס ליגט עפעס אין די אינעווייניגסטע פונעם מענטש. איך געדענק נישט פונקטליך.
אלנפאלס, איז דאס נישט דער שנאה אין רוב פעלער.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2006 19:15 |
|
| |
ראה רש"י שבת ל"ב ע"ב ד"ה שנאת חנם. שלא ראה בו דבר עבירה [ערוה. דק"ס] שיהא מותר לשנאותו ו[אפ"ה] שונאו.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2006 19:24 |
|
| |
וראה תוס' פסחים קי"ג ע"ב ד"ה שראה בו דבר ערוה. ואם תאמר דבאלו מציאות אמרינן אוהב לפרוק ושונא לטעון מצוה בשונא כדי לכוף את יצרו, והשתא מה כפיית יצר שייך כיון דמצוה לשנאותו? וי"ל כיון שהוא שונאו גם חבירו שונא אותו דכתיב כמים הפנים לפנים כן לב האדם לאדם ובאין מתוך כך לידי שנאה גמורה ושייך כפיית יצר.
|
|
|
|
|