בית פורומים שיעור עיון

אפגעוואוינען פון אן עבירה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/6/2006 23:34 לינק ישיר 
אפגעוואוינען פון אן עבירה

נישט לאנג צורוק (בערך מיט א דריי, פיר יאר צורוק) האב איך צוליב עטליכע סבות זיך געמאכט א שיעור יעדן טאג אינעם ספר "שמירת הלשון-חפץ חיים", איז מיר דעמאלס איינגעפאלן א שווערע קשיא, איך האב נאך קיינמאל נישט געטראפן א תשובה דערפאר (פשוט ווייל איך האב נישט אזוי ווייט געזוכט).

 ווי באקאנט, נעמען זיך מענטשן אונטער (צום ביישפיל) נישט צו רעדן לשון הרע , ווי אזוי טוען זיי עס? זיי הייבן אן מיט איין שעה זיך איינצוהאלטן און נישט צו רעדן דעמאלטס קיין לשון הרע, און אזוי גייען זיי ווייטער, היינט איין שעה, און מארגן א צווייטע שעה, יעצט איז מיר שווער געווארן, וואס טוט זיך מיט די אנדערע שעות, וואס פארשטייט זיך אז דעמאלס טאר מען אויך נישט רעדן קיין לשון הרע, אבער למעשה וואטש ער זיך נישט אזוי און ער איז יא עובר (סאיז דאך נישט אין די שעה וואס ער האט זיך אונטער גענומען נישט צו רעדן)? דארף מען אויף דעם אויך תשובה טוהן אדער נישט?

פארוואס נישט? ווייל למעשה אזוי וועט ער סוף כל סוף אנקומען צום תכלית, אז ער וועט אינגאנצן נישט רעדן קיין לשון הרע, ווייל טאמער וועט ער נישט רעדן גארנישט קיין לשון הרע, וועט ער ח"ו צוריק פאלן.

פארוואס יא? ווייל נאך אלעם טאר מען דאך נישט רעדן קיין לשון הרע.

פארשטייט זיך אז סאיז נישט נאר ביי לשון הרע, סאיז ביי יעדע נישט שיינע זאך.

האט אפשר איינער א תשובה?




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/6/2006 07:29 לינק ישיר 

די זאך איז פשוט.

דאס איז זיכער אז מ'טאר נישט רעדן קיין לשון הרע.
ממילא איז דאס אויך זיכער אז אויב מ'איז דורכגעפאלן און יא גערעדט, דארף מען תשובה טון דערויף.

יעצט דער פאקט איז אז עס איז אן עבירה וואס אדם דש בעקביו און כולם באבק לשון הרע, דעריבער איז א גוטע זאך צו טון וויפיל מעגליך, און אויב מ'קען כאטש זיך אונטערנעמען אויף איין שעה אז יעצט זיכער נישט, איז דאס א חשוב'ע זאך, אבער דאס האט גארנישט צוטון מיט די אנדערע צייטן ווען מ'היט זיך נישט אזוי שטארק, נישט אז עס איז גרינגער דעמאלטס אדער אז מ'דארף נישט תשובה טון אויב מ'פאלט דורך, נאר דער פאקט אז פאקטיש גיט מען נישט אכט שטענדיג נישט צו רעדן, און דעריבער די שעה וואס מ'וואטשט יא יעדע סקונדע איז חשוב.

אזוי איז ביי יעדע זאך.
למשל, חמשה עשר באב שטייט אז מען דארף מוסיף זיין אין לימוד התורה. וועסטו פרעגן וואס הייסט מוסיף זיין , מען מוז דאך לערנען יעדע רגע וואס מעגליך, אז נישט איז דאס געהעריג ביטול תורה , ממילא דארף יעדער אויטאמאטיש תשובה טון י"ז באב, ווייל אויב ביסטו איצט מוסיף אין לערנען מוז דאך זיין אז האסט ווען געקענט מאכן מער צייט צו לערנען אויך פאר טו באב.   

דאס וואס דו פרעגסט אז "למעשה אויב וועט ער אינגאנצן נישט רעדן קיין לשון הרע וועט ער צוריקפאלן". קען טאקע זיין א טענה לגבי דעם אז מען זאל נישט צוריקהאלטן פון זאגן אז עס איז נישט אינטערעסאנט ווייל מען טאר סייווי קיינמאל נישט רעדן קיין לשה"ר ווייל עס וועט זיין צו שווער און ער וועט דורכפאלן,  אבער לגבי טון תשובה אויב איז ער פאקטיש דורכגעפאלן איז נישט קיין שאלה, ווי באקאנט אז איין מצוה קען נישט פארדעקן אן אנדערע עבירה. יעדער אקט פונעם מענטש וועט שטיין אויפן ביל.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > אפגעוואוינען פון אן עבירה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext