מודעה: דער פארום ווערט אפען
נאכדעם ווי די פארום האט זיך ברוך השם תלי"ת פארברייטערט אויף א שיינע פארנעם און פארט שוין
אויף די ריכטיגע רעלסן להגדיל תורה ולהאדירה, ווילן מיר פראבירן צו עפענען דעם פארום פאר ווער
עס וויל אז מען זאל נישט דארפן זיין קיין מעמבער צו שרייבן דא. אין די קומענדיגע טעג וועט עס
ווערן אפען פארן פאבליק.
עס וועט זיין אויף פראבע, און האפענטליך וועט זיך עס בעזה"י געהעריג אויסארבעטן.
ומכאן הבקשה יוצאת צו די פרישע שרייבער זיך צו האלטן צו די תקנות, און אריינקלערן איידער יעדע
תגובה צו עס איז פאסיג, אינטערסאנט, און אויסגעהאלטן. (יעדע ספק שטייען מיר גרייט צו ענטפערן).
בשם אלע חברים דרוקן מיר אויס א גרויסען דאנק פאר די אלע וואס האבן אינעם עבר און וועלן אינעם
עתיד אויפלעבן די ווירטואלע בית המדרש מיט אמתע אינטערסאנטע וויכוחים און ענינים.
ה' חפץ למען צדקו יגדיל תורה ויאדיר!
|
|