בית פורומים שיעור עיון

וחי אחיך - אויך אין ביזנעס?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/6/2006 20:12 לינק ישיר 
וחי אחיך - אויך אין ביזנעס?

שוין מערערע מאל געקלערט וועגן דעם:

די הלכה איז אז ווען מ'קען קויפן ביי א איד פאר אביסל טייערער (ביז א זעקסטל) ווי ביים גוי, איז מען מחויב צו גיין צום איד.

יעצט איז די שאלה צי דאס איז דוקא פריוואט אינדערהיים ווען מ'גייט שאפינג, מען באשטעלט א בעל מלאכה (וואס אפילו ביי דעם זענען זייער פיהל נישט נזהר), אדער גייט דאס אויך אהן אין ביזנעס?

דאס הייסט, לאמיר זאגן למשל איך פארקויף עלעקטראניקס, און איך קען קויפן פראדוקטן ביי א אידישן האלסעילער פאר טייערער (ביז 16.66%) - בין איך מחויב צו קויפן ביים איד און פארדינען ווייניגער?

אדער למשל איך בין אדמיניסטראטאר פון א צדקה ארגאניזאציע, מעג איך איינקויפן ביים גוי צו שפארן צדקה געלט? אדער בין איך נאך אלץ מחויב איינצוהאלטן די הלכה פון וחי אחיך עמך און אויסגעבן $1166 ביים איד אנשטאט £1000 ביי א גוי?

איך ווייס פון א פאל, ווי א פרוי וואלונטיר האט גערופן א היימישע פירמע בעטן א פרייז פאר אן ארבעט, און דערנאך האט זי געזאגט אז ס'איז צדקה געלט, און דער גוי געט מיט אפאר דאלער ביליגער, אויב איר קענט עס מעטשן? (מעשים בכל יום...)
רוב מענטשן וואלטן געזאגט: "אקעי" (בלית ברירה, און "זאל זיין פאר צדקה...")

אבער דא האט די סעקרעטערי געענטפערט: "פרעגט א שאלה, וועט איר זעהן אז איהר זענט מחויב צו גיין צו א אידישע פירמע און צאלן טייערער!" און אזוי איז טאקע געווען - זי האט געפרעגט און מ'האט איר גע'פסק'נט אזוי צו טוהן!

אבער רוב פירמעס זאגן דאס נישט (און נישט יעדער קאסטומער וועט טאקע פרעגן...)

וואס ווייסט איהר וועגן דעם?




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2008 06:02 לינק ישיר 

עס איז זיכער אויך שייך אין ביזנעס, און אפילו אויב איר וועט לכבוד דעם פארדינען אביסל ווייניגער, אבער נישט אויף אן אופן אז מ'וועט נישט קענען ארויפלייגן קיין מארקאפ. אדער נישט קענען פארקויפן פאר אזא הויכן פרייז. געדענק, עס שטייט אויך אין פסוק "עִמָך".

דאס זעלבע מיט צדקה, אויב די צדקה קען נישט עקזיסטירן, ברויך מען פרעגן א שאלה (דא ווענדט זיך עס שוין ווי וויכטיג די "צדקה" איז בכלל). עס איז דא פעלער וואס די גבאי צדקה קענען צווינגען מענטשן צו געבן צדקה, ממילא קען מען דאך מיט דעם צווינגען דעם גרויסן צולייגער וואס שיקט פרעגן א שאלה, דורך קויפן ביים גוי.

אויסער דעם זעט אויס אז דו ווייסט, אבער מ'קען עס אויך ארויסברענגען, אז א אידישע ריטעילער אנשטאט א גוי'אישער האלסעילער איז נישט אין כלל פון דעם חיוב פון  וחי אחיך עמך.

תוקן על ידי יקר ב- 28/11/2008 6:00:05




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > וחי אחיך - אויך אין ביזנעס?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext