בית פורומים שיעור עיון

שאלה לפי שיטת מרן הויואל משה זצוק"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/7/2006 17:27 לינק ישיר 
שאלה לפי שיטת מרן הויואל משה זצוק"ל

מעג מען זיך פרייען מיט די אינוואזיע פון מדינת ישראל?

ביי מיר שפיר איך אז מדינת ישראל האנדלט ריכטיג, סיי וועלכע סטראטעגיע מען זאל אנכאפן וועלן
זיי אייביג מוזן צוריקקומען צו דעם אז די איינציגע וועג פון זיך ראטעווען פון טעראר איז נישט
פארהאנדלען, אזוי האט היסטאריע געוויזן. עפ"י דרך הטבע יעצט אויפגעבן די מדינה וועט ברענגען א
וועלט מלחמה און א מעכטיגע זיג פאר טעראר. ווידער זיצן שטיל איז דאך ווייט פון אויסגעהאלטן.
מען מוז דאך זיך אליין באשיצן. ה"י ווען מען זאל צולאזן יעדן טאג א קידנעפינג פון פרישע אידן
היל"ת.

הייסט אויף אזא פאל מרידה באומות? און אפילו אויב יא, פארוואס זאל איך זיך נישט פרייען ווען
די בני ישמאעל וועלכע זענען סייוויי רוצחים און מענטשן פרעסער -ווי די תורה הק' האט שוין מעיד
געווען- באקומען קלעפ?

איך ווייס אז איך בין נישט אויסגעהאלטן, איך וואלט אבער געוואלט הערן מער איבער דעם -(אלט
באקאנטן)- סוגיא.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2006 17:44 לינק ישיר 

לויט ווי עס ליגט מיר אין זכרון און מען קען דאס כסדר הערן ביי די דרשות חוצבות להבות אש פון די מדברי השיטה (כאטש עס קען זיין א סתירה צווישן די אמת'דיגע שיטה און די וואס פאררופן זיך אלס די ווארטזאגער דערפון. ואכמ"ל) אז מען טאר זיך נישט פרייען מיט סיי וועלכע זיג וואס די ציונים האבן.

דא קען מען אבער הערן א צווייטע מיינונג פון ר' אביגדור מילר זצ"ל, און וואס גראד נאכדעם האט איינער פון די פאן טרעגער פון די שיטה אין היידפארק צוגעשריבן אז ער זעט נישט קיין ווארט אין זיינע ווערטער וואס זאלן זיך נישט קענען אידענטיפיצירן מיט די סאטמארע שיטה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2006 17:47 לינק ישיר 

איך האב יעצט פרובירט צו גיין דורך דעם לינק, און איך ווייס נישט וואס דער פראבלעם איז, אבער פריער איז געווען א תגובה פון 'בא_ללמד' וואס האט געשריבן די ווערטער וואס איך האב נאכגעברענגט, און יעצט איז עס פארשוואונדן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/7/2006 05:57 לינק ישיר 

קענסט הערן בנוגע די ענינים אויף די האטליין
   

212-990-7330




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/7/2006 22:43 לינק ישיר 

וואו האסטו געזען אין מיינע ווערטער אז ר' אביגדור האלט אז מ'מעג זיך פרייען מיט א געווינס פון די ציונים ? אן אריינגיין אין דעם רוחניות'דיגן טייל דערפון, איז דער טרוקענער פאקט אז יעדעס מאל וואס די מדינה האט געהאט אזוינע 'נצחונות' [א זאך וואס דא האבן זיי דערווייל ניטאמאל דאס געהאט...], האט מען מיט יארן שפעטער עס באדויערט. אין פראקטישן זין איז יעדער רעכטדענקענדער מענטש מודה אז די מדינה גייט דא מיטן קאפ אין די וואנט אריין, זיי האבן נישט קיין שום פלאן וויאזוי צוריקצובאקומען דעם סאלדאט, און אפילו נישט וויאזוי אפצושטעלן די קאטיושאס. דאס שרייען סיי די רעכטע און סיי די לינקע, זיי זענען נאר מחולק אין וואס מען דארף יא טון, אבער דער איצטיגער מהלך וועט אין ערגעץ נישט פירן, אויסער געבן די געלעגנהייט פאר די פאלעסטינער צו פארכאפן נאך סאלדאטן. ה' ירחם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/7/2006 21:48 לינק ישיר 

בא ללמד

עכ"פ דא האסטו רעכט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2008 05:29 לינק ישיר 

לשמחה מה זו עושה? אז מ'דארף טאן קען זיין, אידן קענען חלילה שטארבן ה"י. פארוואס זיך פרייען?

למעשה לפי ידיעתי האט זיך עס בכלל נישט געענדיגט מיט קיין זיג.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > שאלה לפי שיטת מרן הויואל משה זצוק"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext