בית פורומים שיעור עיון

מצוות שליח הקן.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/7/2006 19:15 לינק ישיר 
מצוות שליח הקן.


איך האב יעצט א געלעגנהייט צו מאכן שליח הקן.

באט איך וויל וויסן אויב מעג איך, וואס הייסט א שטח הפקר?
אויב איז דא מער ווי איין בעה"ב וועם איך דארף איך פרעגן?
דארף איך פרעגן רשות, אויב איך מעג מאכן שליח הקן?
אויב וועל איך פרעגן רשות אויף צו מאכן שליח הקן וואס איך האב באמערקט אין זיין רשות, און איך האב מורא ער וועט מיר נישט לאזן נאר נעמען די מצוה פאר זיך, דארף איך נאך אלץ פרעגן, אדער מאכן און שווייגען שטיל?
וועט עס נישט הייסן מצוה הבא בעבירה?
וואס איז די עניין צו געבן שליח הקן פאר א רב אדער פאר א חשוב'ר איד? מצוה הבא בידך אל תחמצנה, איז פארוואס עפעס אוועק געבן?





דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-7/7/2006 12:58 לינק ישיר 

איך האב נישט יעצט געלערנט די הלכות, אבער לויט ווי איך געדענק קען מען נישט מאכן קיין שליח הקן מיט א נעסט וואס איז אין א רשות היחיד - דאס הייסט עס געהערט פאר עימיצן - נישט קיין חילוק פאר וועם - אפילו פאר אייך אליין.

מ'דארף מפקיר זיין דאס ארט פון פריער, ממילא אויב איהר פרעגט נישט דעם בעה"ב וועט איהר נישט וויסן צי מ'קען בכלל יוצא זיין מיט דעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/7/2006 21:16 לינק ישיר 

לכאורה קענסטו רואיג מאכן דארטן שילוח הקן (אויב די טייערע אפרוחיםלעך האבן זיך נאכנישט ארויסגעריסן פון פלאץ).
די פיייגלעך מוזן זיין פון הפקר. עס טאר נישט זיין דיין פייגל צו קענען מאכן די מצוה. דעירבער איז א פראבלעם ווען ס'איז אין דיין חצר ווייל דיין שטח איז דיר עס קונה, חצר קונה. דעריבער
איז גוט אז פאר עס לייגט די אייער זאל מען ארויסזאגן אז מען וויל דירעקט נישט אז דער חצר זאל עס קונה זיין פאר מיר. יעצט דארטן ביים דעם קאמפלעקס האט עס לכאורה קיינער נישט קונה געווען, קודם כל ווייל עס איז א שותפות און קיינער קען עס נישט קונה זיין אן יענעמס רשות , און צווייטנס פארוואס זאל עס איינער האבן קונה געווען, ער וועט דאך נישט קענען מאכן שילוח הקן אויב ער איז עס קונה (פלאס עס מוז מיינעך זיין חצר המשתמר סאל עם קענען קונה זיין ), דעריבער לכאורה זענען זיי הפקר, און קענסט מאכן די מצוה.  
אפשר קען יא זיין א פראבלעם דער חלק פון אויסכאפן די מצוה פון יענעם,. איי דאנט נאו.  

עס מוז זיין חצר המשתמר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/7/2006 06:18 לינק ישיר 

איך מיין אז עס איז שילוח הקן נישט שליח הקן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2008 05:46 לינק ישיר 

1) עס טאר נישט זיין מזומן, דאס הייסט עס טאר נישט זיין אפגעהיטן פאר איינעם, אויף אן אופן אז אנדערע מענטשן זאלן עס שוין נישט טארן נעמען.
2) אויב אין דאס פלאץ ווי עס ליגט ווערט עס אפגעהיטן פון מענטשן אויף די גאס, דארפן אלע מענטשן וואס וואוינען אין דעם חצר, מגלה דעת זיין "איידער די מאמע גייט דאס ערשטע מאל אראפ פון די אייער" אז ער וויל זיי נישט קונה זיין, אזוי ארום ווערן זיי נישט נקנה. אויב מ'האט דאס שוין פארשפעטיגט, קען מען זיך פארלאזן אויף א סברא אז הינט וויל קיינער נישט קונה זיין קיין טובעלעך זיי ווייל ער האט נישט וואס צו טאן מיט זיי, און סיי ווייל יעדער וויל דאך מקיים זיין די מצוה פון שילוח הקן. אבער אויף צו מאכן א ברכה וואלט איך שוין נישט געזאגט.
3) אויב האסטו עס געטראפן און עס איז א חצר שאינה משתמרת, איז עס דיין מצוה צו מאכן שילוח הקן. ביי א חצר המשתמרת וואס דו דארפסט בעטן די מענטשן זאלן מגלה דעת זיין פאר די ערשטע מאל, האבן זיי רעכט צו בעטן געלט פאר'ן גילוי דעת אדער זאגן אז זיי ווילן עס נישט מאכן און יא קונה זיין. אויב דו האסט שוין פארפאסט די ערשטע מאל אדער דו האסט א ספק און ממילא גייסטו סייווי מאכן אן א ברכה, דארפסטו סיי נישט פרעגן וועגן מאכן. עס איז אבער יא וויכטיג מברר צו זיין, ווייל אויב איינער האט שוין געמאכט, און ממילא קונה געווען די קינדער\אייער, איז שוין סתם "צער בעלי חיים" דאס וואס דו מאכסט נאכאמאל. אויב דו האסט מורא אז וועגן דאס וועלן מברר זיין, וועלן זיי דיך אויסכאפן, קען זיין אז דו מעגסט יא מאכן אן פרעגן. עכ"פ אויף דעם וויל איך שוין נישט מכריע זיין. א מצוה הבאה בעבירה איז עס קיינמאל נישט, ווייל אויב האט ער עס קונה געווען, קענסטו ממילא נישט מאכן. אויב נישט, קענסטו דאך יא מאכן. מ'דארף נישט חושש זיין אויף "עני המהפך בחררה" נאר ווען מ'ווייסט דערפון, אדער אויב עס זעט דיר אויס די מציאות אז איינער ווייסט דערפון, אויב עס איז אזוי דארפסטו דאך ממילא מברר זיין, אפשר האט שוין איינער געמאכט?
4) מכבד זיין א חשוב'ן איד האט נישט קיין שום פשט, עס קען זיין דאס איינציגסטע מאל אין לעבן וואס עס קומט דיר אונטער אזא מצוה.
5) געדענק מברר-צו-זיין אז ס'איז א כשר'ער עוף, און אז ס'איז די מאמע וואס זיצט דערויף, און אז די אייער\קינדער זענען כשר וראוי לאכילה. בנוגע דעם אלעם עיין בספר קן ציפור.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > מצוות שליח הקן.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext