| נשלח ב-11/7/2006 01:19 |
|
| |
וואס איז דאס צייט?
אסאך האב איך שוין געהערט דערפון אבער נישט געזען אינערגעץ.
איז צייט א בריאה פון השי"ת?
לאמיר זאגן אז מיר האלטן בעפאר די בריאה אלעס איז תוהו ובוהו, אלעס שטייט, גארנישט עקזיסטירט
נישט, קיין ליכטיגקייט קיין טונקלקייט, א וויסטע פוסטעניש. עס עקזיסטירט ניטאמאל אזא זאך ווי
מינוטן שעהן, קיין זייגער קיין טאג קיין נאכט קיין חודש קיין יאר. איז אבער שייך אזא זאך אז
"צייט" זאל אויך נישט עקזיסטירן?
למעשה רוקט זיך דאך די צייט. וויאזוי איז שייך דאס זאל נישט עקזיסטירן? א מינוט שפעטער איז
נישט די מינוט פון פריער. דער עבר מיטן עתיד איז א זאך וואס געשעט בהכרח.
איז צייט א בריאה?
איז צייט א מתנה פון השי"ת?
מיין שאלה איז "נישט" כלפי השי"ת וואס לא ישיגוהו משיגי הגוף וויפיל מען זאל זיך נאר פלאגן
אויף דעם. און ביי אים איז דער באגריף צייט נישט קיין הכרח. דער עבר מיטן עתיד איז ביי אים
איינס אין די זעלבע צייט וואס עס איז ביי אים צוויי. כידוע וואס די גדולי הדורות האבן שוין
געשריבן אויפן ענין פון ידיעה מיט בחירה אז דאס איז גארנישט קיין סתירה.
מיין שאלה איז כלפי אונז קליינע מענטשעלעך.
איך זוך אביסל מער חומר איבער דעם ענין, ווי ווערט דאס נתבאר?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/7/2006 19:19 |
|
| |
עי' במורה ח"ב פרק י"ג, ועי' בספר העיקרים מאמר ב' פי"ח. וע"ע רמב"ן עה"ת בראשית ד'.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/7/2006 21:41 |
|
| |
דעת ותבונה
היינט צוטאגס איז אנגענומען אלס פאקט אז "צייט" איז א פשוטע בריאה, (און פאר די בריאה האט אזא זאך ווי "צייט" נישט עקזיסטירט) און נאכמער , עס איז פשוט רעלאטיוו. דאס הייסט אז עס איז נישט דא קיין אבסאלוטע צייט וואס יעדער און איבעראל מעסט די זעלבע . די טעאריע האט הרב איינשטיין אויפגעטון (אין זיינע "ספעשל" און "דזשענעראל טעאריע אוו רעלאטיוויטי" פאפירן וואו ער האט אוועקגעשטעלט פילע רעוואלוציענערנדע אויפטוען, ווי אז לייט לויפט 'שטענדיג' אויף די זעלבע שנעלקייט), און דאס איז שוין אויך איבערגעוויזן געווארן אלס פאקט מיט ארום פערציג יאר צוריק, און יעדער גראדואירטער קאלעדזש סטודענט וועט דאס וויסן צו זאגן און איבערווייזן די ראיות דערצו פארוואס עס מוז אזוי זיין (פארשטייט זיך אז דאס פארשטיין אין פאקטישן מציאות איז גאר אן אנדערע מעשה ווייל דאס איז אין קעגנזאץ צו די עקספיריענס וואס מיר האבן אין טאג טעגליכן געדאנק). דאס איז נאר זאלסט וויסן וואו האסט צו קוקן און וואס האסט צו פארשטיין, אויב ביסט גענוג נייגעריג, אבער צו אנהויבן שרייבן דעטאלן וועט נאר ארויפברענגען מער און מער פראגעס וואס עס פעלט זיךאויס צו דעם מער ווי עטליכע תגובה'לעך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2006 03:09 |
|
| |
יישר כח אייך ביידע פאר אייער אינפארמאציע.
לחיים: די מורה און עיקרים האב איך נאכגעקוקט, אבער די רמב"ן האב איך נישט געפונען. וואו איז
דאס גענוי?
allllways, האסט פונקט גענוג געענטפערט אז איך זאל משיג זיין אז דער נושא איז ברייטער ווי מען
מיינט אויף די ערשטע בליק. יישר כח.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/7/2006 06:09 |
|
| |
ער האט לכאורה געמיינט דעם רמב"ן אין בראשית פרק א פסוק ד:
"ועוד יתכן שנאמר, כי משיצאו השמים והארץ מן האפס אל היש הנזכר בפסוק הראשון, נהיה זמן, כי אף על פי שזמנינו ברגעים ושעות שהם באור ובחשך, משיהיה יש יתפש בו זמן. ואם כן נבראו שמים וארץ ועמדו כן כמדת לילה מבלי אור, ואמר יהי אור ויהי אור, וגזר עליו שיעמוד כמדת הראשון, ואחר כך יעדר מן היסודות, ויהי ערב ויהי בקר:" עיין שם.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/7/2006 18:29 |
|
| |
ווען מען הייבט אן רעדן פון 'צייט' ווער איך זייער דערשראקן, וויפיל פון דער בריאה ווערט דא (נישט אין 'דעם' פורום!) פארשווענדעט.
קוק אין ערשטן שטיקל ספורנו אין בראשית, וואו ער שרייבט אז עס איז נישט געווען קיין זמן פאר בריאת העולם.
ווען איך וועל האבן צייט, וועל איך צוריקקומען 
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2006 17:39 |
|
| |
צייט איז על כרחך א בריאה, ווייל אז עס איז נישט פארהאנן קיין זאך איז נישט שייך אז צייט זאל עקזיסטירן, כלפי וואס זאל זיך די צייט מעסטן אז גארנישט איז נישט פארהאנן? און גארנישט מיינט גארנישט, אפס מוחלט, אן אבסולוטער גארנישט. און אז ס'איז אבסולוט גארנישט, איז צייט בהכרח נישט מעגליך.
צייט איז נאר שייך כלפי דברים המשתנים, הווים ונפסדים, וואס אויף זיי קען מען זאגן אז מיט די צייט וועט זיין אזוי און אזוי, מה שאין כן אויב אלעס איז גלייך, איז דאך נישט שייך אז ס'זאל זיך אנמערקן אן עבר אדער א עתיד, נאר אללעס איז "בענג" בום!!!! ס'ריקט זיך נישט. ודו"ק כי הדברים עמוקים מאוד והמשכיל יבין. און לאידך גיסא איז אויך די זעלבע, דברים המשתנים קענען נאר עקזיסטירן אין די ראמען פון צייט, ווייל אויב נישט צייט, ד.ה. נישט עבר הווה ועתיד, ווי אזוי איז שייך א שינוי? אלא מאי, ס'איז הא בהא תליא, ווילאנג ס'איז דא דברים המשתנים איז על כרחך דא צייט און ווילאנג ס'איז פארהאנן צייט איז על כרחך דא דברים המשתנים, ס'קען נאר זיין אדער ביידע אדער קיין איינס פון די צוויי, איינער אן דעם צווייטן גייט נישט טעכניש... ס'איז פשוט נישט מעגליך...
ס'איז דא נאך א דריטער שותף אין דעם הכרח'דיגן בשותפות'דיגן עקזיסטענץ אבער דאס וועל איך לאזן אויף א אנדערע מאל אי"ה בל"נ.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2006 04:30 |
|
| |
ס'איז דא א שטארקער ביאור דערפאר, און דער אמת איז אז זמן און מקום איז איין בריאה און איז תלוי זה בזה,
דאס הייסט, אויב האסט אמאל אריינגעטראכט וואס איז די שנעלסטע ספיד וואס א חפץ קען זיך רוקן פון איין ארט צום צווייטן, ווי למשל א זייגער, וואס איז די שנעלסטע וואס דער ווייזערל קען צוריק קומען צום 12 איינס נאכן אנדערן ? איך ווייס נישט פונקטליך דעם נומער מן הסתם די קלענסטע חלק פין א רגע אבער עפעס צייט געדויערט עס זיכער,
פארוואס ? ווייל אויב גייט עס איין טראפ שנעלער מיינט דאס אז אין די זעלבע מילי סקונדע וואס עס איז געווען דא איז עס נאכאמאל דא און נאכאמאל און נאכאמאל (ווייל וואס איז דער חילוק צווישן די ערשטע, צווייטע און דריטע מאל און אזוי ווייטער), נו, וואס וועסטו זאגן אז עס דרייט זיך מורא'דיג שנעל אדער בכלל נישט, הא ?,
דער תירוץ איז אז ביידע זענען אמת און ביידע נישט, און קיינער קען דיר דאס נישט ענטפערן ווייל ס'איז נישט מעגליך עס צו עקספערימענטירן ווייל מ'קען נישט איבער קליגן די בריאה,
און פשט איז אזוי, לו יצויר אז די זון רוקט זיך נישט מענטשן רירן זיך נישט און רעדן נישט ס'בלאזט נישט קיין ווינט בקיצור א וועלט א דומם און דו שטייסט אינדערצווישן, וואס איז דער חילוק פון פריער, יעצט און באלד ? נישט ס'איז נישט דא קיין חילוק נאר ס'עקזיסטירט באמת נישט אזא זאך ווייל דאס וואס דיר דוכט זיך אז "דאס איז שוין געווען לאנג צוריק" איז נאר ווייל אזויפיל זאכן האבן געטוישט זינט דאן, די זון האט זיך צענדליגע מאל ארום געדרייט די וועלט, מענטשן זענען געוואקסן אפאר אינטשעס, פאליטיק האט זיך געטוישט, די וועטער איז אנדערשט, בקיצור, די בילדער האבן זיך געטוישט אבער עס איז עס איז פונקט אזוי יעצט ווי פריער און פאריגעס יאר ווי היינט,
און דאס טייטשט אז זמן איז תלוי אין מקום ווייל ווען נישט די אלע אויבן דערמאנטע עקזיסטענצן דאס הייסט ווען די וועלט איז תהו ובוהו איז נישט דא אזא זאך ווי צייט ווייל אלעס איז יעצט, (בערך דאס הייסט למעלה מן הזמן),
און דאס האט השי"ת באשאפן, דו ביזט געבינדן דו קענסט נישט דרייען דעם זייגער א טראפ שנעלער ווייל אויב יא ווערט בטל די בריאה פון זמן און דאס איז נישט בידך וביד כל נברא
(70 יאר זאמעלט מען גאלד און זילבער און אלעס האט געדויערט ווייניגער פון א מילי סעקונדע).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2006 05:55 |
|
| |
שושנת יעקב – קאמענטאטאר
די אלע הסבירים זענען וואויל פארשטענדליך, יעדער פארשטייט אז אויב קיין שום עקזיסטענץ עקזיסטירט נישט, אלעס איז פוסט, ניטאמאל קיין גארנישט איז פאראן, דאן מאכט נישט דער זמן אויס פאר גארנישט און ס'איז ווי נישט-עקזיסטירנד.
אבער צי נעמט דאס אוועק פונעם פאקט אז פאקטיש לויפט יא צייט אריבער , אפגעזען צי איינער אבזערווירט דאס צי נישט.
בעסער געזאגט, ווען ס'זאל ווען זיין א מציאות אז איינער זאל קענען צוריקרוקן דעם זייגער צו די נישט-עקזיסטירנדע צייטן, צו תהו ובהו, וואלט ער דען נישט געזען אז עס איז דאן אריבער א געוויסע צייט אפשניט , ד.ה. אלמלי מ'קען צוריקקוקן צו תהו ובהו וועט מען טאקע זען א געפרוירענעם זייגער , צי איז טאקע דער זייגער דאן געשטאנען. אפילו גארנישט האט נישט עקזיסטירט און ס'וואלט נישט און האט נישט אויסגעמאכט צו גארנישט, אבער "צייט" איז דאך פארט אריבער, נישט אזוי? צי פארשטייט איר טאקע אז עס איז דא א מציאות אן צייט?
לאמיר גיין צום צווייטן לעוול.
כ'האב שוין אויבן ערווענט אז מען האלט שוין היינט פיל ווייטער. היינט ווייסט מען קלאר, נישט נאר אז צייט איז נאר א בריאה וואס האט פארנומען פלאץ נאך וועלט באשאף, נאר אפילו דער מציאות פון "צייט" וויאזוי מיר קענען דאס היינט אינעם טאג טעגליכן לעבן, איז נישט ווי מיר קוקן עס אן און ווי מיר מיינען. דער בריאה פון צייט נישט קיין זעלבסטשטענדיגע זאך, דאס הייסט אז ס'נישט ווי ס'וואלט געווען איין הויפט זייגער און די צייט רוקט זיך אויפאמאל לגבי יעדע זאך, נאר די גאנצע זאך פון 'צייט' איז רעלאטיוו, ד.ה. למשל, אין די זעלבע צייט וואס ביי איינעם איז אריבער צוואנציג יאר, איז ביי א צווייטן וועלכער פליט אויף גאר א שנעלן ספיד, אריבער נאר צען יאר (געוואנדן לויט ווי שנעל ער איז געפלויגן), ווייל צייט גייט לאנגזאמער ווי שנעלער דער ספיד איז , (די באקאנטע "טווין פאראדאקס"). דאס איז נישט קיין פאנטאזיע, נאר א קלאר אויפגעוויזענער פאקט וואס , אויסער שטימען אויפן פאפיר(מאטעמאטישע קאלקולאציעס און פארמולאס), איז דאס קלארגעשטעלט געווארן דורך פיזישע עקספערימענטן.
די זעלבע איז נישט נאר מיט "צייט", נאר אפילו מיט "ספעיס" (פלאץ). "פלאץ", ד.ה. די גרויס פון א פיזישע זאך/אביעקט, איז נישט קיין מציאות וואס איז פאר יעדן די זעלבע, נאר עס ווערט אויך אפעקטירט פון שנעלע ספיד. דאס הייסט אז צוויי אבזערווירער פון באזונדערע רעפרענס פרעימס וועלן זען, רעכענען און אנגעבן א באזונדערע לענג אויף 'די זעלבע' אביעקט, און ביידע זענען באמת גערעכט.
וויאזוי קען זיין? פרעגסטו. פאקט: די רעכענונג סיי פון "צייט" און סיי פון "ספעיס" זענען אויסדרוקליך נישט "אבסאלוט" , עס איז בלויז רעלאטיוו. אן אביעקט איז די לענגסטע אין ווען עס איז אומבאוועגליך. ווי סאך קלענער עס ווערט, ווענדט זיך אין דעם קוקער'ס ספיד רעלאטיוו צו דעם אביעקט. און דער אביעקט איז באמת פאר איינעם אזוי און פאר איינעם אזוי, ד.ה. נישט אז עס קוקט נאר אויס פאר יענעם אזוי און באמת איז נאר איין לענג דער רעאליטעט, נאר .
פרעגט איר דאך אוודאי, וויאזוי קען דאס מעגליך זיין אזוינע שרעקעוודיגע מציאות'ער, אז צייט און פלאץ איז נישט פאר יעדן די זעלבע, וויאזוי קןע זיין אז עס קען אין די זעלבע צייט זיין פאר מיר אזוי און פאר ינענעם אנדערש?
דער ריכטיגער תירוץ איז דער פאקט אז אזוי איז דער פאקט. עס האט קלארע הוכחות וואס לאזט זיך נישט אפווענדן, און עס איז קלאר פונקט ווי אלע אנדערע פאקטן. עס איז שוין אפילו עקספערימענטירט געווארן און זיך ארויסגעשטעלט צו שטימען מיטן מציאות. ( עס איז נאר זייער שווער ווייל דערווייל קען מען דאס נישט אויפווייזן דורך פליען אזוי שנעל ווי עס פעלט זיך אויס צו קענען קלאר זען דעם חילוק אין מציאות. (פאר ווער ס'וויל נאכקוקן: מ'האט אויפגעוויזן מיט "מואן" פארטיקלס ביי מאונט וואשינגטאן אז "טיים דילעישאן" און "לענט קאנטרעקשאן" (ד.ה. אז צייט און פלאץ זענען נאר רעלאטיוו) זענען א פאקט .)
אבער לאמיר איין זאך קלארשטעלן. מיר ווייסן אלעס וואס מיר ווייסן איבער צייט און פלאץ נאר פון "קאמען סענס", וואס זאגט אונז די פאקטן איבער צייט און ספעיס.עס איז אבער פאלש, ווייל עס איז באזירט אויף זייער ווייניג און באגרעניצטע אינפארמאציע. ד.ה. מיר זענען אויפגעוואקסן און געלעבט אונזער גאנצע לעבן אויף א קליינעם שטיקל שטיין, נעמליך, אונזער קליינע וועלטל. אלס פיצל קינד זענען מיר ארומגעקראכן, געטראסקעט די טרעפ, און זיך צוביסלעך אויסגעלערנט דעם קאנצעפט פון די דריי דימענשאנס. שפעטער זענען מיר געגאנגען , געפארן, געלאפן אדער געפלויגן און די אלע זאכן האבן אין אונז צוביסלעך אויפגעבועיט דעם 'אנגעבליכן' פאקט אז ספעיס איז אן אבסאלוטער זאך. פארוואס דען נישט, מ'האמיר דאך אנדערשט קיינמאל געשפירט אדער געזען.
די זעלבע , בקיצור, האמיר זעיך צוגעוואוינט צו וויסן אז "באלד" וועט מען אנקומען צו יענע פלאץ, און ע ס איז געווארן ווי א פאקטישער רעכענונג פון א עבר צו א עתיד. אבער דאס אלעס איז אונז אריינגעוואקסן זייענדיג אין די זייער באגרעניצטע עקספיריענס אויף דעם איינעם קליינעם פלאנעט. פארפאלן , מיר זענען קיינ מאל געווען אין אן אנדערנס שיך.
די שנעלסטע וואס איינע רפון אונז איז געפארן/געפלויגן איז ארום 600 מייל א שעה, אויף א פליגער, און אויף דעם איז אלעס געבויעט. די קליינע פארטיקלס וואס פליען ארום ביי א משונהדיגע הויכע ספיד , זעען מיר נישט.
ווען מיר וואלטן אלס פיצל קינד געקראכן ביי אפילו א שטיקל פראצענט פון למשל דעם שנעלן ספיד פון ליכטיגקייט (וואס איז העכער 186 טויזנט מייל פער סקונדע) , און מיר וואלטן אויפגעוואקסן אין די 'שנעלע' וועלט, וואלטן מיר דאס אלעס פארשטאנען פון זיך אליין. אין אנדערע ווערטער מיר האבן פשוט נישט די מעגליכקייט דאס צו אויפפאסן צוליב אונזער באגרעניצטע קוים באוועגליכע מציאות וואס מיר זעען און מיט וואס מיר קוקמען אין בארירונג.
פארשטייט זיך דער ענין איז פיל ברייטער און פארצווייגטער ,און כ'האב ניטאמאל אנגערירט דעם שפיץ גאפעלע. כאב נאר געוואלט ארויסברענגען אז די סייענטיפישע וועלט האלט גאר ווייט אין דעם ענין. און לאמיר נאכאמאל קלארשטעלן אז די אויבנדערמאנטע זאכן זענען נישט קיין חלומות און פאנטאזיעס נאר א וועלטס אנגענומענע פאקט. ( און פליז זאג נישט: וואס ווייסן זיי דען? איידער דו פארשטייסט וואס זיי זאגן בכלל.)
כ'האף מ'וועט פארשטיין וואס כ'האב געוואלט ארויסברענגען און זיך אליין אויסקראצן מיט די איבריגע.
ס'איז שוין (רעלאטיוו צו וואו איך געפין זיך) 'צייט' צו גיין שלאפן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2006 08:15 |
|
| |
ווי איך פארשטיי איז צייט געוואנדן אין די מהלך החמה ומזלות.
דהיינו דער ערשטער מאן אין דער וועלט וואס איז אויפגעקומען מיט א זייגער האט דאס געטאן דורך בעאבאכטן די זון יעדן טאג, [הגם דאס איז נאר א מיטל צו מעסטן די צייט, אבער בעצם איז צייט אן אנדייטונג פון טוישונגען, גענוי וואס די מהלך פונעם זון ברענגט מיט זיך] די הייך די ווייטקייט די שיפקייט וכדומה, און אזוי אויך יעדן יאר, ביז מען איז געקומען צו די החלטה פון צעטיילן א טאג אין 24 שעות, א יאר אין צוועלף חודשים [צוליב די מהלך הלבנה], 365 טעג א יאר אא"וו.
זאת אומרת, פון אונטער דעם ערשטן דרויסנדיגן גלגל היומי וואס נעמט ארום די וועלט, ביז אראפ צו אונזער וועלטל, איז אלעס געוואנדן אין די דרייענישן - פון איין ארט צום צווייטן - און טוישונגען וואס דער גלגל היומי מאכט אן, און ווי שנעל, און ווי לאנג. העכער דעם גלגל היומי איז נישטא דער מושג פון צייט ווייל גארנישט דרייעט זיך נישט און גארנישט טוישט זיך נישט דארטן אז ס'זאל ענדערן די פאסירונגען. למעלה מן הזמן ולמעלה מן המקום.
הוי אומר, צייט איז באשאפן געווארן אינאיינעם מיטן זון און די שטערנס.
איי
תוקן על ידי - gishmoker - 01/09/2006 8:33:15
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/9/2006 23:07 |
|
| |
Allllways, איבער דעם וואס דו שרייבסט אז אבדזשעקטס זענען באמת גרעסער אדער קלענער,
ווי קלאפט עס אויס, דהיינו קען זיך דען מאכן אמאל אז איך זאל עפעס רעכענען און דו עפעס (די זעלבע מאס), און ביים צוזאם שטעלן וועט זיך ארויסשטעלן אז זיי שטימען נישט ? לכאורה נישט דאס ווילסטו זאגן ווייל דאס קען מען דאך עקספערימענטירן,
איז ווילסטו זאגן אז איך זעה עס באמת א געוויסע מאס און דו א צווייטע, וואס פארשטייט זיך אז ביידע זענען גערעכט ווייל ס'איז נישט מעגליך עס פעסטצושטעלן,
פונקט ווי טעם, ריח, קאליר, קול, וכ"ו וואס די אלע איז נישט מעגליך צו פעסט שטעלן צו דאס וואס ביי מיר מיינט געהל מיינט דאס זעלבע ביי דיר, קען זיין דאס וואס דו רופסט רויט רוף איך געהל ווייל איך זעה עס באמת אנדערשט (און דא קומט אריין "ס'איז באמת אנדערשט, נישט ס'קוקט אויס") און דאס וואס ביי מיר איז ביטער איז ביי דיר זיס, (שטעל זיך פאר אז דער טעם וואס דו פילסט אין זאלץ פיל איך אין האניג און דאס מיינט ביי מיר זיס, אדער פארקערט) וואס דאן וויפיל משלים וועסט ברענגען וועט נישט העלפן, ווצב"ש "ביי דיר מיינט אראנדזש אזוי ווי א אראנדזש" נו, איך בין מסכים, אבער אין מיין מיינד זעה איך וואס דו זעהסט ביי רויט. און דאס איז נישט מעגליך מסביר צו זיין (ווי באקאנט די מעשה מיט'ן רמב"ם)
אבער לא כן במקומינו, וואס עכ"ז וואס יעדער זעהט אלעס אין א צווייטע מאס, וואס דאס קען יעדער אליין פרובירן ווען ער טוט זיך אן אדער אויס די גלעזער, ווערט אלעס נענטער און גרעסער אדער ווייטער און קלענער (ווען איך האב געטוישט פון גלעזער אויף לענסעס האב איך זיך געשעמט דעם ערשטן טאג און געפרעגט יעדן איינעם צו מיין שיך איז נישט צו גראב !), איז אבער זיכער אז ווען מ'זאל אפיר זוכן צוויי מענטשן מיט די זעלבע שטארקע חוש הראיה - וואס דאס קען מען פעסט שטעלן דורך א פשוט'ן טעסט - וועלן זיי עס זעהן די זעלבע סייז, אדער ווי דו זאגסט "עס וועט באמת זיין די זעלבע סייז".
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2006 21:30 |
|
| |
קאמענטאטאר
אויף דיינע פראגעס: ווי עס קלאפט אויס, אדער צי צוויי מענטשן זעען ביידע א באזונדערע מאס אויף דעם זעלבן אביעקט , זע איך אז האסט נישט קלאר געליינט דעם אויבערשטן תגובה. קןק נאכאמאל , עס שטייט : "אן אביעקט איז די לענגסטע אין ווען עס איז אומבאוועגליך. ווי סאך קלענער עס ווערט, ווענדט זיך אין דעם קוקער'ס ספיד רעלאטיוו צו דעם אביעקט".
נאכאמאל בקיצור. אוודאי וועלן מיר ביידע - צי מיר האבן די זעלבע חוש הראי' צי נישט - זען און רעכענען די זעלבע גרויס פאר יעדן אביעקט וואס מיר זעען. אבער אויב איך וואלט מיך ארויסגעלאזט צו א רייזע אויף למשל א ספעיס-שיף וואס וואלט מיך געטראגן אויף א גאר שנעלן ספיד (איך מיין דא א שנעלקייט פון היבש העכער 70 מ.פ.ש. ...) , וואלטן די זעלבע אביעקטן וואס שטיינעדיג אויף איין פלאץ זע איך זיי א געוויסע מאס וואלט איך דאן אויפן שנעלן ספיד זיי געזען פיל קלענער. ווי שנעלער מיין ספיד רעלאטיוו צום אביעקט אלץ קלענער איז דער אביעקט לגבי מיר. ווידער דו - בלייבנדיג דא און נשט פארנדיג אויף די רייזע- זעסטו דעם אביעקט אין די זעלבע צייט אלס זייער היזיגע מאס.
און לאמיך נאכאמאל קלאר מאכן. נישט אז איינער זעט דאס נאר אזוי, און נישט אז איך וואלט עס נאר געזען אזוי צוליב אומקלארקייט אדער סיי וועלכע סבה, נאר ווייל דער אביעקט בעצם איז לגבי מיר קלענער. ווידער דו וואלסט געזען דעם זעלבן אביעקט אין די זעלבע צייט די גרעסערע סייז (ווייל אומבאוועגליך איז דער אביעקט די גרעסעטע, ). אבער נישט אז עס איז דא איין ":ריכטיגע" סייז אדער מאס, נאר איך אדער דו זע עס נישט די ריכטיגע סייז און דעריבער אנדערש , נאר די זאך איז באמת איין גרויס לגבי דיר , און אן אנדערע לגבי מיר (ביים הויכן ספיד) . (דאס זעלבע איז לגבי צייט.) גוט שבת
תוקן על ידי - allllways - 15/09/2006 21:32:43
 |
|
|
|
|
|