איך פארשטיי נישט פארוואס דו דרייסט צוזאם צדקה מיט מתנה דער חילוק איז זייער פשוט,
ווען א איד שיקט זיין מחותן א זילבערנעם שיסל זאל ער נישט מיינען אז דאס איז פין זיין ביזנעס שותף,
און ווען מ'שטעלט צוזאם ביי אים פאר זיין מחותן (ח"ו) חתונה צו מאכן, זאל זיך יענער נישט שעמען אים צו קוקן אין פנים.
ווי ווייט איך פארשטיי איז דאס ענין פון מתן בסתר בעיקר די בושה, (און אפשר אז דער נותן זאל זיך נישט שפירן בגאווה ווען ער זעהט יענעם, אני העשרתי..) ממילא ווי עס איז נישט שייך ובפרט א מתנה וואס איז געווענליך מרבה צו זיין אחוה וריעות איז לכאורה פונקט פארקערט.
תוקן על ידי - קאמענטאטאר - 31/08/2006 2:34:13
|
|