בית פורומים האלט דא טראכט מען-עצכח יידיש

איז דען נישט געווען עסן אין מדבר פארווא מן?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/1/2007 15:05 לינק ישיר 
איז דען נישט געווען עסן אין מדבר פארווא מן?

קרבנות אין מנחות האט מען דאך מקריב געווען אין גרויסן פאר אונזער גאט. איז אלזא דאן יא געווען צו עסן, נא וואס האט אויסגעפעלט מן?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/1/2007 05:39 לינק ישיר 

דו פרעגסט א גוטע קשיא

אבער רש"י הק' באווארענט עס שוין  (שמות ט"ז פסוק ח') בד"ה בשר לאכול: ולא לשובע, למדה תורה דרך ארץ שאין אוכלין בשר לשובע וכו' לפי שהלחם שאלו כהוגן שאי אפשר לו לאדם בלא לחם, אבל בשר שאלו שלא כהוגן שהרבה בהמות היו להם, ועוד שהיה אפשר להם בלא בשר, עכל"ק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2007 03:47 לינק ישיר 

יא יא, אז מען לערנט ניט קען מען ניט... און אז מען קען ניט דוכט זיך אייך אויס אז יעדע נארישע קשיא וואס פאלט איין רופט זיך מחשבה...

נאט אייך א פסוק חומש ורש"י אין פרשת ראה דברים יב' כ':
כי ירחיב ה"א את גבלך כאשר דבר לך ואמרת אכלה בשר כי תאוה נפשך לאכל בשר בכל אות נפשך תאכל בשר.
זאגט רש"י, בכל אות נפשך, אבל במדבר נאסר להם בשר חולין אלא אם כן מקדישה ומקריבה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/1/2007 14:27 לינק ישיר 

הרב service_03:

יישר כח פארן מגיב זיין, איך האב אויך תיכף געקלערט פון די רש"י אין פרשת ראה, אבער דארט איז נאר דאס ענין אז מען האט נישט געטארט עסן קיין בשר חולין

די פראגע איז לכאורה געווען אויף די
אלא אם כן "מקדישה ומקריבה" , אזוי ווי ער האט געשריבן בזה"ל: "קרבנות אין מנחות האט מען דאך מקריב געווען אין גרויסן פאר אונזער באשעפער. איז אלזא דאן יא געווען צו עסן"

אויף דעם מוז מען צוקומען צו די הייליגע ווערטער פון רש"י ז"ל אין די וואכעדיגע סדרה:
למדה תורה דרך ארץ שאין אוכלין בשר לשובע וכו' לפי שהלחם שאלו כהוגן שאי אפשר לו לאדם בלא לחם

אלעס שטייט שוין אין די הייליגע תורה, די שאלה איז נאר ווי




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2007 14:51 לינק ישיר 

קען איינער איבערטייטשן וואס רש"י זאגט אין אידיש?






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2007 07:58 לינק ישיר 

דער_פאקט

די זאגסט "אלעס שטייט אין די הייליגע תורה".

יא, ס'שטייט טאקע "כי תאוה נפשך לאכול בשר" ווען ס'וועט די אנשמעקן א גיט שטיקל געבראטן און גערייכערטע פלייש, דאן "בכל אות נפשך תאכל בשר" זאלסטו דאן עסען מיט א געשמאק!

דאס שטייט אין די תורה. פונקט פארקערט פון רש"י הקדוש וואס זאגט "למדה תורה דרך ארץ" אז מ'עסט זיך נישט אן מיט פלייש.

דרך אגב.
וואספארא ברויט האבן זיי פארמאגט? די מן איז דאכטזעך נישט געווען פון די חמשת המינין?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2008 23:05 לינק ישיר 

אין די מן, האט מען געקענט שפירען וועלכע טעם מען האט געוואלט, און אויך לחם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2008 23:07 לינק ישיר 

און אויך א 'שטיקל געבראטן און גערייכערטע פלייש'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > דת ואמונה > האלט דא טראכט מען-עצכח יידיש > איז דען נישט געווען עסן אין מדבר פארווא מן?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext