משה גאלדמאן - ודבריו
מצורף קובץמשה גאלדמאן - ודבריו
זינגער: מחנה שלוה
פראדוצירער: משה גאלדמאן
מוזיק אראנדזשירער: משה לויפער
קאמפאזירער: משה גאלדמאן
קאור אראנדזשירער: חיים יצחק גאלדמאן
יעצט נאכן אויסהערן מחנה שלוה 16 קען איך אפשרייבן מיין מיינונג וועגן די טעיפ, אלץ הקדמה וויל איך זאגן אז איך בין א גרויסע חסיד פון די קעמפ שלוה טעיפס איך האב כמעט אלע זיינע טעיפס איך הער זיי איבער אפט אפילו די אלטע און אפשר וועגן דעם קען מיין קריטיק אויסקוקען ווי אביסל שארף וויל איך האב גרויסע עקספעקטעשאנס
אינעוויייניג פון דעקל גיבט ר' משה אפ א שבח והודי' פאר השי"ת נאכדעם וואס ער האט פאראיאר געליטן א סטראוק ל"ע און זיך ב"ה כמעט גענצליך ערהוילט, ב"ה אז מזעט ווי אפילו נאכדעם וואס ער איז אלץ דורך קען ער נאך ב"ה קאמפאזירן און ארויסגעבן א שיינע טעיפ, וואס בפני עצמו איז די טעיפ זייער א שיינע רואיגע חסידישע טעיפ, ר' משה שרייבט אויך אז א חלק פון די ניגונים האט ער קאמפאזירט אין יענע שווערע טעג און מזעט טאקע אז די גאנצע מהלך איז אויף א בעטענדיגע טאן ווי איינער וואס בעט זיך און דאנקט דעם רבון כל העולמים
באופן כללי קען מען זאגן אז די טעיפ האט נישט קיין באמבע ניגונים ווי שמחתי כנשר, אבער סאיז נאך אלץ גאנץ א שיינע חסידישע טעיפ, פון די אנדערע זייט קען די טעיפ אנטוישן ווייל מאיז שוין צוגעוואוינט צו גאר גיטע קוואליטעט וואס ר' משה גאלדמאן האט צוגעשטעלט די לעצטע פאר יאר און אנטקעגן די פריערדיגע איז דאס גאנץ א שוואכע פראדוקט
און לאמיר טאקע רעדן א מינוט פון די פריערדיגע, פון די לעצטע צען קעמפ שלוה טעיפס איז גאנץ זיכער שמחתי געווען די בעסטע פון אלע כמיין אז צו דעם איז יעדער מודה אבער וועגן די אנדערע ווענדט זיך שוין יעדער איינער לויט זיין טעם, די אנדערע זענען געווען ווי פאלגענד:
6) חזק, 7) שבת, 8) על ישראל שלום, 9) מלך עליון, 10) שמחתי, 11) אליך אזמרה, 12) כנשר, 13) פרנסה, 14) זכור, 15) קץ הפלאות, 16) ודבריו
מיין מיינונג איז אז די בעסטע זענען געווען: 1=שמחתי, 2=חזק, 3=כנשר
נאכדעם קומט אזוי: 4=אליך אזמרה, 5=פרנסה, 6=קץ הפלאות
זכור, על ישראל שלום, מלך עליון זענען פון די לעצטע אויף די ליסטע און ווי סזעט אויס איז ודבריו אויך אין די קאטאגאריע כאטשיג סהאט מוזיק פון 2004 סטייל און אפאר שיינע ניגונים
דורכאויס די טעיפ דערקענט זיך עטליכע זאכען, ערשטנס אז די קינדער אויף דעם אלבוים זענען גארנישט ספעציעל וואס ע"פ רוב אויף זיינע טעיפס פלעגן שיינע קינדער שטומעס שפילן א גרויסע ראלע אין דעם גאנצען מהלך, אויך ביי די מענער מקהלה פעלט פעסטע סאולאס וואס פלעגט אמאל זיין, אויך איז דאס זינגען בכלליות נישט אויף א געהעריגען טאן נאר אינצווישן די נארמאלע טאן און די הויכע טאן וואס אויף אסאך פלעצער קומט דאס פאר ווי געקוויטשעט און איז שווער נאכצוזינגען, אויך האט דער אראנדשירער משה לויפער אנגענומען א מער רואיגע גאנג ביי די מוזיק נישט אזוי לעבעדיג און דזשעזי ווי געווענליך, אצינד לאמיר באטראכטען די ניגונים אליין
די ערשטע ניגון אהבה רבה הייבט זיך אן מיט שטאטע מוזיק אנדייטענדיג (אפשר אויף די גאנצע טעיפ) אז דא קומט מער א בעטענדיגע ניגון, די ניגון איז טאקע אויף דעם אופן הארציג און שטאט אויסדרוקענדיג די אהבה וואס השי"ת האט צו אונז דורך אונז געבן תורה ומצוות, דער באקאנטער פישל בייגל (נאך פון אידישע אוצרות א') זינגט סאולא וואס איך האלט איז אביסל פארשלאפן און סענדיגט זיך מיט א אינגל גאנץ צוגעפאסט
אני מאמין איז מער לעבעדיג אנהייבענדיג מיט אן אויסדרוק פון האפענונג אז אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח דערנאך גיבט זיך עס ווי א שטעל אפ און דרוקט אויס מיט א שטארקייט ואף על פי שיתמהמה וכו' מיט א חידוש ביי שיתמהמה וואס מאכט עס אינטערעסאנט און א ציה ארויף ביי בכל יום שיבוא. די ניגון איז זייער שיין און גרינג מיטצוזינגען עס ענדיגט זיך אויך זייער גוט, די איינציגע קריטיק איז אז ביי געוויסע פלעצער הערן זיך די קולות ווי פארקילט
מודה אני איז הארציג און רואיג, עס איז איינגעטיילט אויף דריי חלקים, די ערשטע חלק א זייער שיינע תחנונים'דיגע פאל, די צווייטע מער מיטלגאטיג און צוגעפאסט צו די ווערטער על כל החסד אשר עשית עמדי, די דריטע פאל פון ואשר אתה עתיד איז שוין מער א באקאנטע תנועה וואס איז אביסל נמאס מזעט אויך אז משה לויפער האט דא נישט געהאט ביי דעם שטיקל צופיל מחדש צו זיין נאר מיטצושפילן א בעסס ביעט (אביסל האט ער יא מוסיף געווען ביים פויקער), אויך דא ענדיגט זיך דער ניגון זייער שיין און די סאולא זינגער חיים שלמה שווימער לייגט דאס זייער גיט אראפ
די פערדע ניגון ישלח איז א מארטש כמעט אויפן זעלבן מהלך ווי אם תחנה עלי מחנה (אליך אזמרה) די מוזיק איז זיכער ענדליך, סהאט אבער א געוויסע לעבעדיגקייט מער ווי דארט, דער נייער סאולא שלמה טויסיג זינגט איידל און שיין און די אפשטעל שטיקל צום סוף ביי יסעדך שיינט אריין א פרישקייט, די אנדערע סאולאס זענען אויך שיין אבער אויך דא זענען די קולות (אינגלעך בפרט) צו קוויטשעדיג ווען זיי זינגען הויעך, די ניגון איז פון די בעסערע אויפן טעיפ סיי לעבעדיג און סיי שיין
אבינו מלכנו א ניגון פון בקשה אויף תשובה ורפואה וואס קען מען שוין ערווארטן? גאנץ שיין און רואיג אבער אן קיין שום קנאק אדער חידוש, די זיסע אינגל שטומע ביי קרע רוע גזר דיננו איז א געשמאקער שטיקל אויך די קאור אונטערזינגענדיג ווען נאר מוזיק שפילט (5:05 און 6:05 אויפן סי די) איז שיין, באופן כללי איז עס גאנץ הארציג און שיין סענדיגט זיך אויך זייער דראמאטיש ווען דער טאלאנטפולער שמעון שלמה ווייסבערגער ציעט ארויף די וווערטער אבינו מלכנו און די קאור פאלגט אים נאך, אזוי נאכאמאל און נאכאמאל ביז סווערט שטילער און שטילער ווי פארשווינדען, א זייער שיינע ענדע
דער נאמען פון א טעיפ האט אמאל געמיינט אז דאס איז די שפיץ פונעם טעיפ לעצטענס ווערט דער כלל געבראכען נאכאמאל און נאכאמאל, ודבריו איז א שנעלע ניגון גארנישט עפעס עקסטרע די מוזיק שפילו צו שנעל לדעתי די גאנצע ניגון הערט זיך כאילו מיאגט זיך ערגעץ כאפ פלאפ, די קינדער סאולאס זענען אויסדרוקליך נישט שיין נאך א מזל אז מיילך באקאן גיבט עפעס צו צום סוף, סמוז זיין די סיבה אז די טעיפ טראגט דעם ניגוןס נאמען ווייל סהערט זיך אדער זאגט זיך די בעסטע
ויזעקו איז א געלונגענע ניגון כמיטב ניגוני משה גאלדמאן וואס פארמאגט די חידושים און בנינים וואס מזעמיר צוגעוואוינט ביי ר' משה און דינט אויך אלץ די צענטער ניגון פונעם טעיפ וואס ברענגט דאס מערסטע ארויס וואס ר' משה וויל אויסדרוקן בבחינת קרבן תודה און טאקע אויף די ווערטער פון די ארבעה צריכין להודות וואס זענען געווען אין א צרה און דער רבש"ע האט זיי געהאלפען, איך האב שוין א כלל אז געווענליך דארט ווי ר' משה לייגט אריין אפאר אידישע ווערטער איז דאס די ניגון וואס ער זעהט אלץ די מעסעדזש פונעם טעיפ
די ניגון האט בעצם פיר חלקים, סהייבט זיך אן מיט א התעוררותדיגע ויזעקו אל ד' בצר להם וואס פארט אויפן מהלך פון קעמפ שלוה הארציגע ניגונים, דערנאך טוישט זיך עס פלוצלינג צו א שנעלע ישלח דברו וירפאם וואס איז אויסערגעווענליך צוגעפאסט, נאכדעם הייבט זיך אן א לעבעדיגע יודו לד' חסדו שטיקל מיטן ויזבחו זבחי תודה באהאפטען, ביז עס ווערט דראמאטיש ביי נסים ונפלאות ווי אלעס שטעלט זיך ווי אפ און שרייט נסים ונפלאות מיט זייער שיינע הארמאני ווי די קינדער קאור לויפט נאך די מענער קאור דערנאך פארקערט, און איז גראד ממשיך צו די אידישע ווערטער וואס חזרט ווי איבער דעם יודו לד' חסדו שטיקל, צום סוף גייט דאס מייסטערהאפטיג צוריק צום ערשטן פאל און ענדיגט זיך דערמיט זייער צוגעפאסט מיטן ווארט יושיעם, די ניגון איז זיכער די בעסטע אויפן טעיפ
די אכטע ניגון גומל איז ווייטער א שנעלע ניגון אן קיין גרויסע חידושים נאר די זעלבע אלטע סטייל, די צווייטע פאל וואס הייבט זיך אן איי איי וזוכר ענדלט שטארק צו די בעלזא וזוכר הויכע פאל (ירמי' דמן אויף פתח שערי שמים) די לעבעדיגע שטיקל אן ווערטער איז גאנץ לעבעדיג אבער איין מאל (2:26 אויפן סי די) פארהארגעט דאס משה לויפער צוגעבנדיג אביסל דידזשיטעל מוזיק וואס מאכט קאליע לדעתי אויך די אינגלעך נאך יענע שטיקל איז נישט ווער ווייסט וואס באופן כללי האט דאס גאנץ לעבעדיגע שטיקלעך
ורחמיך איז א ניגון ווי סזעט זיך שטארק אן די חסרון פון בצלאל גאלד וואס פלעגט אזויפיל צוגעבן צו די קעמפ שלוה טעיפס, די ניגון איז נישט קיין שלעכטע ניגון סהאט גראדע הערליכע תנועות סיי ביי די הארציגע שטיקל אנהייב און סיי ביי די מער האפענונג שטיקלעך נאכדעם פון ושבור און ספעציעל ותוליכנו, די ניגון איז א גיטע עקזעמפל ווי א גיטע ניגון אויב סווערט נישט גיט ארויס געברענגט קען דאס גיין כמעט גיין לאיבוד סאיז אבער כדאי צו הערן איר וועט הנאה האבען
די לעצטע פאר יאר האט ר' משה אלעמאל געהאט א הארא ניגון וואס זאל דינען ווי א תשובה צו די אנדערע הארא ניגונים וואס קומען יעדן טאג ארויס חדשים לבקרים, אתה חונן איז די הארא ניגון פונעם טעיפ ווי משה לויפער שפירט זיך זייער באקוועם און לייגט אראפ א הערליכע ארבעט ווי אויך אביסל א מיטל מזרח געפיל וואס אידישע האראס פארמאגן לעצטענס למשל דדא בי מי מה (פריד), כי הטוב (שוועקי), לכה דודי (אוהד), אתה חונן איז טאנצעדיג און געשמאק, אפאר שטיקלעך ענדלן אביסל צו שלום שלום צווישן אידן (כנשר) אבער סהאט זכות עצמו און וואלט אויך געקענט געניסן פון בעסערע סאולאס (בפרט איין מאן סאולא וואס זעט אויס ממש פארקילט), פון די גיטע ניגונים אויפן טעיפ
די לעצטע ניגון המבדיל איז אן אלטער ניגון וואס ר' משה האט פארפאסט, מיכאל שניצלער זינגט דאס שוין אויף נשמה פלאם חלק א' (פינפטע ניגון-ר' יעקבס פאלאץ), כווייס נישט אויב סאיז שוין אמאל געווען אויף א טעיפ חוץ דארטן און צו ר' משה האט דאס אריגינעל געמאכט אויף די ווערטער פון המבדיל, ספאסט גראדע זייער גיט ארויף ספארט גאנץ גיט אבער סזעט מער אויס ווי מהאט געזוכט ארויף צו לייגן א עלפטער ניגון אויפן טעיפ על כל פנים איז אבער שוין דא נאך א ניגון מיט וואס צו זינגען המבדיל וואס האט כמעט נישט קיין גרויסע אויסוואל פון ניגונים
צו מאכען א סך הכל פונעם טעיפ זענען ויזעקו און ורחמיך די שענסטע הארציגע ניגונים, אויך מודה אני און אבינו מלכנו זענען כדאי דערמאנט צו ווערן, ישלח און אתה חונן זענען די שענסטע לעבעדיגע ניגונים, אויך אני מאמין און אהבה רבה זענען כדאי דערמאנט צו ווערן. אויב זענט איר א חסיד פון ר' משה גאלדמאןס סטייל און זוכט א חסידישע טעיפ וועט איר מסתמא גאנץ גיט הנאה האבען פון ודבריו אבער ערווארט נישט קיין אליך אזמרה אדער קץ הפלאות ווי כהאב שוין דערמאנט
ווען מרעדט וועגן ר' משה גאלדמאןס טעיפס מוז מען אויך דערמאנען די געוואלדיגע טאלאנטען פון זיין זון ר' חיים יצחק וועלכער איז שוין היינט בארימט אין די אינדאסטרי אלץ אויסערגעווענליכער מומחה און די לעצטע פאר יאר מיקסט ער שוין אליין די קעמפ שלוה טעיפס וואס ער טוט מיט א געוואלדיגען חן, ווי אויך איז ער ממשיך וואס ער טוט שוין לאנג דאס אנפירן די קאור און די מהלך פון זינגען ווי ווער זאל זינגען וואס, ליפא שמעלצר האט שוין געשריבן ביי זיין לטובה טעיפ אז ער איז געווען אנטוישט צו זען א חסידישער אינגערמאן ווי חיים יצחק זיצען ביי די מאשינען מיט די בגדים (בבחינת אהרן לעוו) און אנפירן מיט גרויס מומחיות דעם גאנצען מהלך
----
ארטיקל אריגינעל געשריבן: 27/8/2004

 |
|
|