בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

שוואקי - ידיד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/9/2004 00:01 לינק ישיר 
שוואקי - ידיד
מצורף קובץ

שוואקי - ידיד


זינגער: יעקב שוואקי

פראדוצירער: יוחאי בריסקמאן

מוזיק אראנדזשירער: משה לויפער, מונה ראזענבלום, ישראל לאם

קאמפאזירער: פנחס וועבער, יוסי גרין, יצחק וואלדנער, משה דוד שוואקי, משה לויפער, יוחנן שפירא, אלי לויפער

קאור אראנדזשירער: אלי לויפער, מונה ראזענבלום, יוסי גרין, יוחאי בריסקמאן


שוואקי איז היינט פון די גרעסטע זינגערס וואס האט מצליח געווען למעלה מן המשוער אויף אזוי ווייט אז זיין ערשטע טעיפ האט געהאט פארקויפט מער ווי מרדכי בן דודס דעמאלסדיגע מאמינים בני מאמינים, בעיקר איז זיין הצלחה ריין מזל אבער ער האט אויך פארגעשטעלט א חידוש אזויווי דדי בשעתו, פאקטיש האט ער זייער א שיינעם קול און קען אראפ לייגן א ניגון ווי סדארף צו זיין, ער האט אויך מזל אז ער איז אריין געפאלן צו יוחאי בריסקמאן וואס איז זיין עקסקלוסיוו פראדוצירער ווי אויך אז ער האט דערווישט גיטע ניגונים פון די קאמפאזירער נאך זייט זיין ערשטע טעיפ

די דעקל פונעם טעיפ קען אפנארן ווייל סזעט אויס ווי עפעס א ביליגע פראדוקשען אבער סאיז א שיינער טעיפ נישט ווי דעם דעקל, די טעיפ איז שוין א געוואלדיגע הצלחה איך ווייס נישט צו אזוי ווייט ווי אייזיק האניג וואס משמועסט אז סהאט איבערגעשטיגען אלע ערווארטונגען און מגייט עס שוין איבערדרוקן צום צווייטן מאל, סקען אבער זיין אז פונקט ווי די חסידישע מארקעט איז געווען אויסגעהונגערט פאר א געלונגענעם טעיפ איז דער עולם אויך הונגעריג נאך עפעס א מענטשליכער טעיפ וואס מרדכיס נחמו האט נישט צוגעשטעלט, סאיז אבער א שאד אז דער דעקל איז אזוי מאוס נישט ווי זיין פריערדיגע וואס איז געווען זייער שיין און פראפעשענעל

לאמיר זיך אבער נעמען צום תוכן אליין און זען וואס איז דא צו ערווארטן

1) הוא יפתח
די טעיפ הייבט זיך אן טיפיקעל סטייל מיט א לעבעדיג הארציגע אבער נישט הארא ניגון, קאמפאזירט דורך משה לויפער וועלכער איז מער באקאנט פאר זיין אראנדזשירן מוזיק וואס ער האט דאס דא אויך געטון, איז אבער כדאי צו וויסן אז פון משה זענען דא אן א שעור ניגונים וואס ער האט געמאכט און זענען זייער אויפגעכאפט נישט יעדער ווייסט אבער אז סבאלאנגט פאר אים, עס איז טאקע א שיינער ניגון וואס פאסט פאר שוואקי ארויסברענגנדיג זיינע טאלאנטען אויף א הערליכן אופן, ער זינגט סיי הערליך און סיי הארציג וואס דאס זענען שוואקיס הויפט מעלות בפרט וויאזוי ער איז מצרף די צוויי חלקים מיט געפיל

אלי לויפער פון וועם מהאב מיר שוין גערעדט באריכות אראנדזשירט דא קאור, און מאכט דאס זייער גוט וואס מזעט אז טאטע און זון פארשטייען זיך גיט בפרט ווען משה האט געמאכט ביידע סיי די ניגון און סיי די מוזיק, סאיז זייער א שיינע ניגון און א גיטע התחלה פארן טעיפ

2)והערב
אינטערעסאנט אז אויף והערב וואס מזאגט יעדן טאג און איז אזא געוואלדיגער תוכן איז כמעט נישטא קיין סאך ניגונים ממש געציילטע, שוואקיס ברודער משה דוד וואס האט זיך שוין ערווארבן א נאמען ביי זיינע פריערדיגע טעיפס אלץ געוואלדיגער קאמפאזירער שענקענדיג אזעלכע ניגונים ווי לך עמי, פתאום, המלמד, האט דאס קאמפאזירט און מיט אסאך הארץ סקען זיך אפילו דאכטען אז סקומט פון חיים באנעט

טאטע און זון האבן ווידער א חלק גענומען דא משה מאכענדיג מוזיק און אלי קאור, די מוזיק איז טיף און מיט חן אויך אלי האט זיך איינגעהאלטן נישט צו ספוילען דעם שיינעם ניגון, שוואקי אליין גייט צו צום ניגון אזויווי מדארף ער זינגט אויפן ריכטיגען טאן און קנייטשט אדער ציט ארויף ממש פונקט ווי ספאסט אן קאליע מאכן, דער ונהיה אנחנו וצאצאנו וצאצאי עמך בית ישראל איז דאך אזוי מין הארציג, און כולנו יודעי שמך ולומדי תורתך לשמה איז זייער גיט ארויף געצויגען, סענדיגט זיך אויך זייער פאסיג ממש הפלא ופלא

3) בן בג בג
ברוכים הבאים פינקי וועבער, פאר ווער סווייסט נישט האט פינקי וועבער א גרויס חלק אין שוואקיס געוואלדיגע הצלחה דורך אים שענקן דעם היינט וועלט בארימטער ניגון "רחם" ביי זיין ערשטע טעיפ שמעתי, מקען אויך זאגן אז שוואקי האט א חלק אין פינקי וועבערס ווערן א וועלט בארימטער אויסגערופענער קאמפאזירער, ביז דעמאלס איז פינקי געווען באוואוסט כמעט נאר ביי מיכאל שניצלער חסידים (פעקל צרות, חננו, ותיק) און האט אפשר אויך געווארפן א ביינדל פאר סתם זינגערס ווי קאבי און ניסן, אבער נאך ווען רחם האט אויפגעשטורעמט די וועלט ביי אלע קרייזן גלייך איז ער געווארן פון די אנגעזעהנע קאמפאזירער מיט וועם סיי מרדכי בן דוד און סיי אברהם פריד און אנדערע גרויסע רעכענען זיך

אויף שוואקי 2 איז ער אבער נעלם געווארן, סגעווען וואס האבען געזאגט אז סגעווען בכוונה ווייל ער האט געוואוסט אז גארנישט וועט זיך נישט פארמעסטן מיט רחם האט ער ענדערש גארנישט געגעבן ווי איידער געבן עפעס און יעדער זאל זיין פארנומען צו פארגלייכן די צוויי, אנדערע האבן געזאגט אז סגעווען פאליטיק דארטן, בקיצור א ניגון איז זיכער נישט געווען, אבער דא איז אורו זרח און ער איז ווייטער דא באווייזענדיג זיינע גבורות

בן בג בג איז א לעבעדיגער געשמאקער ניגון וואס איז לדעתי די שענסטע לעבעדיגע ניגון אויפן טעיפ, עס הייבט זיך אן רואיג און לעבעדיג מיט די ווערטער בן בג בג אומר הפך בה והפך בה דכלא בה מיט א דגוש אויף דכלא בה , שוואקי זינגט דאס זייער צוגעפאסט מיט הערליכע קאור אראנדזשירט דורך מונה ראזענבלום וועלכע לאזן זיך מייסטערהאפטיג הערן דא און דארט, נאכדעם הייבט דאס אן גיין אביסל שנעלער מיט די ווערטער ובה תחזי ווען די קאור זינגט בה בה בה, און מיטן זעלבן אופן וסיב ובלה און די קאור חזרט איבער בה בה בה, נאכדעם קומט א הארציגען ומנה לא תזוע און אויספירענדיג אויף ארויף שאין לך מדה טובה.

מונה ראזענבלום וועלכער האט אויך געמאכט די מוזיק לייגט דא אריין זיינע לעבעדיגע שטיקלעך (2:55) צוזאמען מיט קאור שטיקלעך אן ווערטער (3:10), ווי אויך א שטיקל פון שוואקי און קאור מיט כמעט אן מוזיק (שם) וואס איז זייער שיין, עס ענדיגט זיך אויך זייער שיין ווען שוואקי ציהט ארויף באגלייט פון קאור און א טיפיקעל מונה מוזיק אפשטעל ביים סוף, א אויסגעצייכענטע ניגון וואס הגם מקען אפשר זאגען אז סענדלט א טראפ צו שטרייכערס בן בג בג (אדער גאר וויליגערס) הייבט עס און סמאכט לעבעדיג כהוגן, די שענסטע לעבעדיגע ניגון אויפן טעיפ

4) שמח
שמח דארף צו זיין א לעבעדיגער ניגון יא? ניין, די פערדע ניגון שמח איז א שטייטע ניגון קאמפאזירט דורך יצחק וואלדנער וועלכער איז א היימישער חסידישער אינגערמאן (באבאוו) און איז שטארק אנגענומען אין די ישיבהשע וועלט וואס אסאך פון די ליטווישע שטערןס ווי וואלד, דאקס, וויליגער, דדי, פרוזאנסקי, און נאך אנדערע, געבן שוין היינט נישט ארויס קיין טעיפ אן דעם וואס סזאל האבען פון אים עטליכע ניגונים, דער ניגון איז טאקע געוואנדען מער צו די ליטווישע וואס זוכען אפשר אביסל זויערקייט אין דעם כשמחך יצירך בגן עדן מקדם, אבער אזויווי ביי שוואקי בכלל איז עס געשמאק צו הערן, די שטיקלעך ווי ער ציט ארויף גאר הויעך (2:08, 2:34) פאסן אביסל נישט און זענען זייער ענליך צו די זעלבע סארט פון זיין קול דודי אויפן ערשטן טעיפ, אלי לויפערס קאור איז שיין און משה איז גארנישט מחדש ביי די מוזיק, סענדיגט זיך אויך געקוועטשט און געדרוקט נישקשה

5) ידיד
דער פינפטער ניגון וואס טראגט דעם נאמען פונעם טעיפ "ידיד" איז קאמפאזירט דורך יוסי גרין, כמיין אז מדארף אים נישט פארשטעלן יעדער קען זיינע ניגונים און אפילו די וואס האלטן נישט פון אים באמערקן נישט וויאזוי זיי זינגען זיינע ניגונים אן וויסן אז ער איז דער מחבר, אלטע ניגונים ווי אדרבא, תניא, צור כל העולמים, אני שבת, ידיד נפש, שבת היא מלזעוק, כי המצוה, מאמע רחל און אפשר נאך הונדערטער קומען אלע פון יוסי, ער איז דער וואס האט געשטעלט אויף די פיס אזעלכע ריזן ווי אברהם פריד, שלמה שמחה, דוב האפמאן, דדי, אוהד און נאך צענדליגע אנדערע ווי אויך האט ער געהאט א גרויס חלק אין מרדכי בן דודס הצלחה

ווער סהאט נאר אמאל גערעדט מיט אים ווייסט אז ער איז זייער א באטעמ'טער שמועסער מיט אויסטערלישע ברייטע ידיעות אין כמעט יעדן ענין און א סוקסעספולער ביזנעסמאן, דערצו איז ער אויך א תלמיד חכם וואס קען גוט לערנען וואס לעצטענס זעט זיך דאס שטארק אן ווען ער קראצט כסדר אפיר מאמרי חז"ל וואס קיינער פאסט נישט אויף, באמת איז דאס אלעמאל געווען א האבי זיינעם נאך ביי תניא און אדרבא האט מען דאס געזען, אמנם הנה זה בא, אלא, דדא בי, יחיד ורבים, מי מה, כי הטוב, זענען אויך גוטע דוגמאות, אצינד האט ער גענומען אן אפענער גמרא אין מנחות אויף וואס דער בעל חרדים האט געבויט זיין פיוט ידיד נפש און געמאכט דערפון מטעמים

ווי נאר דער ניגון הייבט זיך אן הערט מען גראד אז דא קומט יוסיס א ניגון, זיין מנהג צו אראנדזשירן און זינגען קאור איז שוין געווארן א סטענדערט ביי זיינע ניגונים, הגם סהערט זיך כאילו ער איז דער איינציגסטער וואס זינגט דארט איז עס נישט אזוי, נאר זיין שטימע איז אויסטערליש שטארק אז אפילו ער וועט זינגען מיט פופציג אנדערע וועט מען נאך אלץ הערן אים דאס מערסטע, אויך זעט מען גראד אז דאס זענען ווערטער וואס דרייען זיך כסדר ארום וואס מען דארף צולייגן קאפ עס געהעריג אויפצוכאפען, די ווערטער זענען: יבא ידיד בן ידיד, ויבנה ידיד לידיד, בחלקו של ידיד, ויתכפרו בו ידידים, (עס גייט ארויף אויף שלמה המלך וואס ווערט אנגערופען ידיד, בן ידיד א אייניקל פון אברהם וואס הייסט אויך ידיד, ויבנה ידיד דעם ביהמ"ק, לידיד מיינט מען השי"ת, בחלקו של ידיד פון בנימין וואס הייסט אויך ידיד, ויתכפרו בו ידידים דאס איז כלל ישראל), די ניגון דרייט אויס די ווערטער אביסל זינגענדיג ערשט יבא ויבנה בחלקו של ידיד ויתכפרו בו ידידים און ערשט דערנאך יבא ידיד בן ידיד וכו' וואס דאס איז טאקע אויך יוסיס מהלך געווענליך

די ניגון איז א לעבעדיגע הארא ניגון וואס וועט גאנץ זיכער ווערן אויפגעכאפט, די קאור איז געוואלדיג און יוסי האלט זיך אין די ראמען מער ווייניגער און מאכט נישט צופיל קונצען הגם די ווידערקול איז אביסל צו שטארק לדעתי, די מוזיק איז ממש פונקט נישט צופיל און נישט צו ווייניג פון וואס עס דערקענט זיך משה לויפערס גאונות וויסענדיג וויאזוי דאס אראפ צו לייגן אן קאליע מאכן, שוואקיס זינגען איז גארנישט ספעציעל דא לדעתי סאיז אפילו אביסל אומנאטורליך (ארטיפישעל) אביסל צו הויעך אן שטארקייט, סאיז אבער א שיינער ניגון און סאיז ווערט צו טראגען דעם נאמען פונעם טעיפ, סענדיגט זיך אויך גאנץ גוט ווי א גוטער ידיד

6)בשעה
ווער סאיז נאך נישט געווען איבערגעצייגט ביז איצט אין דעם פאקט אז שוואקי קען זינגען און איז גוט אויף כמעט יעדע סארט ניגון נישט קיין חילוק צו סאיז ספרדיש חסידיש ליטוויש אידיש ענגליש העברעאיש הארציג לעבעדיג, אדער אז פינקי וועבער קען אהער שטעלן אלע מיני ניגונים אויף וואספארא מהלך איר ווילט נאר סזאל זיין רחם (שוואקי) אדער דודי (האניג), דארף הערן דעם טעיפ בכלל און דעם ניגון בפרט זיך איבערצוצייגן

די ווערטער זענען זייער אריגינעל פון א מדרש וואס זאגט אז דריי טעג פאר משיח וועט קומען וועט אליהו הנביא קומען און שטיין אויף די בערג פון ארץ ישראל און וויינען און מספיד זיין כלל ישראל אז זיי זענען אזוי פארוויסט און ציווארפען איבער די וועלט און דערנאך מבשר זיין די בשורת הגאולה, די ווערטער זענען זייער הארציג און דער ניגון פונקט אזוי, דא זעט מען ווי די ווערטער מאכן דעם ניגון און אזוי אויך פארקערט

עס הייבט זיך אן מיט חזנות ווי שוואקי חזנות'ט זייער מילד בשעה שהקב"ה גואל את ישראל, און ציט ארויף ג' ימים קודם שיבא איבערחזרנדיג שיבא שיבא שיבא, משיח, נאכדעם ציט ער אויס בא אליהו ועומד און גיט זיך א שטעל אפ זינגענדיג שטייט מיט בענקשאפט על הרי ישראל על הרי ישראל, ישראל, איבערחזרנדיג ישראל עטליכע מאל, און דערנאך ווי מט א קול בוכים די ווערטער ובוכה ומספיד עליהם, קרעכצנדיג אוי אוי זייער הארציג מלא טעם ומתיקות גייענדיג ארויף און אראפ אויסדרוקענדיג דעם געוואלדיגען מעמד ווי אליהו שטייט דארט אויפן בארג און וויינט, ביז ער פירט אויס אויף אראפ ומספיד עליהם און ציט גלייך ארויף ואומר

און דא קומט כאילו א שטיקל פון נחמה ווי מוזיק קאור און שוואקי הייבן אן זינגען הרי הרי ישראל, פרעגנדיג עד מתי אתם עומדים ציה ושוממה, איבערחזרנדיג די קשיא, און שרייענדיג וקולו נשמע מסוף העולם עד סופו מלא התעוררות, דא הייבט זיך אן לעבעדיגקייט ווי ספאסט פאר די גיטע בשורה קומי אורי כי בא אורך, דערנאך קומט די הויכע פאל פון זה אורו של משיח וואס פארמאגט אזויפיל נחמה און מתיקות

שוואקי לייגט אראפ א געוואלדיגע ארבעט דא ביי דעם ניגון, די קאור (אלי לויפער) און די מוזיק (משה) זענען אויך ווי באהאפטען דורך די גאנצע צייט, הגם די קאור פארפארט אמאל (3:18) לדעתי איז עס אבער נאך אלץ געוואלדיג, שוואקיס הארציגקייט און מתיקות איז ממש עד לב השמים אפילו ווען ער ציט ארויף (למשל 4:46), בלי ספק פון די שענסטע הארציגע ניגונים אויפן טעיפ (אפשר די שענסטע) ווי ביידע סיי שוואקי און סיי פינקי גיבן אראפ זייער כשרונות ווי סדארף צו זיין

7) אמר רבי עקיבא
קאמפאזירט דורך אלי לויפער וואס האט אויך געמאכט קאור, לעבעדיג אבער רואיג, די מוזיק דורכן פאטער משה פרובירט עס צו געבן אביסל ווילדקייט אבער סאיז נישט עפעס מוראדיג, סאיז אפשר געשמאק צו הערן אבער משפירט אז ספארמאגט אסאך געגנבעטע תנועות, שוואקי איז נישקשה די קאור טוט אסאך ביי דעם ניגון עס האט אויך שטיקלעך ווי די מוזיק מאכט קונצען כאילו סגייט זיך ענדיגן, נישט מיין סטייל צופיל סאויך שווער נאכצוזונגען

8) שמע
אויף די ערשטע צוויי שוואקי טעיפס איז נישט געווען קיין ענגלישער ניגון, סאיז א חידוש אבער סווערט אלע געלטער. קודם כל די תוכן פון די סארט ניגונים וואס איז זייער וויכטיג סרעדט זיך וועגן א איד (סשטייט ר' אליעזר סילווער אבער איך האב שוין געהערט די מעשה אויף פאנעוויזשער ראש ישיבה רב כהנמאן און אויך אויפן פריערדיגען סקולענער רבי) וואס איז ארום געגאנגען נאך די מלחמה אויפזוכן אלע אידישע קינדער וואס מהאט באהאלטן אין קירכעס אבער היות א גרויס חלק איז געווען זייער יונג ווען זיי זענען אנגעקומען דארט האבן זיי זיך אויסגעמישט מיט די גויאישע קינדער אן צו וויסן אז זיי זענען אידן, האט דער איד געשריגען שמע ישראל און אלע וואס זענען געווען אידיש האבען זיך אזוי דערמאנט און געראטעוועט געווארן (דא איז די מעשה א טראפ אנדערש)

שוואקיס שטימע איז אויסערגעווענליך, דא קען מען הערן די געוואלדיגע הארציגקייט וואס שוואקי פארמאגט, ער זינגט דאס אזוי באקוועם אפשר נאך סאך בעסער ווי ספרדישע ניגונים ווי ער איז אן אויטענטישער, די ווערטער פארן און די גאנצע ניגון גייט אזוי געשמירט אז מען קען דאס איבערהערן צוואנציג מאל, אן ענליכע ארבעט האט ער אראפגעלייגט אויף אייבי ראטענבערס לעצטע "דזשורניס" ווי ער זינגט דעם באקאנטען "מאמע רחל" ניגון אויף ענגליש מלא טעם

די קאור און הארמאני איז זייער מייסטערהאפטיג, די מוזיק איז נישט קלאר פונקטליך ווער סהאט דאס אראנדזשירט סאיז משמע אז איינער ריגלער האט דאס געמאכט סהערט זיך אבער מער ווי משה לויפער די מוזיק איז זייער שיין און סוועבט מייסטערהאפטיג די סצענע מתחילתו עד סופו, באמערקט ווי סבויט דראמא ביים פזמון די צווייטע מאל (צווישן 2:30 און 2:50 ווי אויך צווישן 5:05 און 5:35), און די צוויי קינדער זינגען אויך זייער הארציג, דער ניגון איז קאמפאזירט דורך יצחק וואלדנער וועלכער איז שוין אויך א ברענד נעים בזכות עצמו (על נהרות פון שוואקי2 למשל) ווי פריער דערמאנט בפרט ווען ער קאמפאזירט הארציגע ניגונים אן די ליטיווישע קרעכצן און קנייטשן, די ווערטער און גראמען איז געשריבן דורך אייבי ראטענבערג און ב. לעוויטאן וואס איז זייער פראפעשענאל, הכלל אן ערשט קלאסיגער אויסגעצייכענטער ניגון

9) אתה שומר
ווי שוין דערמאנט איז שוואקי אריגינעל א ספרדישער וואס האט אדאפטירט דעם אשכנזישן הבהרה און איז אפיציעל א בן תורה (אין לעיקוואד דאכט זיך) אזויווי מענדי גערופי פון ארץ ישראל וואס איז געווארן פון א ספרדישער א אשכנזישער חב"דסקער אן קיין שפור פון ספרדיש, נאך שמעתי איז געווען א שמועה אז די ספרדישע זענען געווען העכסט באליידיגט אז שוואקי האט זיך לגמרי פארפרעמדט פון זיין ספרדישקייט און וועגן דעם אויפן צווייטן טעיפ האט אים יוסי גרין אהער געשטעלט א ספרדישען הארא ניגון "כי הטוב" מיט אלע קלאפערגעצייג מיטן ריכטיגען מיטל מזרח געפיל

אתה שומר גייט אויך אויף דעם גאנג און האט זיך גארנישט וואס צו שעמען פונעם פריערדיגן, עס הערט זיך ווי די באקאנטע ספרדישע הללו אלוקיך ציון ניגון, קאמפאזירט דורך יוסי גרין וועלכער האט אויך געמאכט קאור כדרכו איז דאס א ריכטיגע ספרדישע מיטל מזרח הארא ניגון, יוסי צולאזט זיך געפערליך ביי די קאור (4:28, 4:40, 5:20, בפרט 4:48), שוואקי דרייט מיטן קול מסלסל בגרונו כמנהג הספרדים און הארמאני איז אויך נישט שלעכט, בקיצור א ווילדער לעבעדיגע הארא ניגון וואס איר וועט נישט הערן ביי עכט היימישע חסידישע חתונות אבער מקען האפקען דערמיט

10) אם אשכחך
מהאט שוין אויף די ווערטער גאנץ אסאך ניגונים ארויפגעקלעבט אבער די ניגון איז סיי הארציג און סי שיין, די מוזיק איז אביסל אנדערש ווי די אנדערע ניגונים וואס מבאמערקט גלייך ווייל סאיז אראנדזשירט דורך ישראל לאם וואס איז מער סימפאני סטייל סהאט טאקע ווייניגער ברעסס (סעקסעפאן) און בעסס נאר אביסל מער גיטאר און סאיז קלארער (שיטערער) נישט אזוי אנגעפאקט, ער האט דא געמאכט זייער א שיינע ארבעט

אויך אלי לויפער שפירט זיך אן ביי די קאור, די ניגון איז קאמפאזירט דורך יוחנן שפירא (כקען אים נישט) און סאיז א געלונגענע זאך, שוואקי זינגט מיט כח און מח און לייגט אריין אסאך געפיל, איך ווייס נישט צו סאיז בכוונה אזוי אבער אין אנפאנג שאקעלט זיך זיין קול אביסל סהערט זיך ווי מהאט פרובירט מאכן א ווידערקול און סנישט אזוי געלונגען, אפשר האט מען געוואלט מאכן אזא בילדאפ ווי זיין קול קומט אריין פון שוואכער צו שטארקער אבער דאס אזי מסתמא די איינציגסטע חסרון אויפן ניגון, א שיינע הארציגע ניגון מיט שוואקי געפיל

11) יראו עינינו
יראו עינינו איז א עכטע חסידישע ניגון אזויווי אליו אדער ועל כל זאת (אפשר אפילו יראו עינינו פון המשוררים) שוואקי און די קאור וואס איז אראנדזשירט דורך מונה ראזענבלום איז לגמרי חסידיש מיט די הבהרה אינגאנצן אזויווי אויף די פארענטשעס, דער ניגון איז קאמפאזירט דורך שוואקיס ברודער משה דוד און ווייזט אויפן גרויסן פארלאנג וואס הערשט אפילו אין די נישט חסידישע וועלט פאר לעבעדיגע חסידישע ניגונים, איך האלט ספאקט איין שהחיינו אדער ובדבר פון אייזיק האניג

סלויפט זייער שנעל אבער שוואקי זעט נישט אויס צו האבען קיין פראבלעם דערמיט, מונה ראזענבלום מאכט זיינע טיפיקעל שטיקלעך ביי די מוזיק ווי ער זעצט אריין דא און דארט און לייגט אריין אסאך טרומפייטער אבער די גאנצע ניגון איז טיפיקעל, שנעל און לעבעדיג איז אן אינטערעסאנטע וועג וויאזוי צו ענדיגן א טעיפ, שוואקי האט דאס אבער שוין געטון ביים לעצטן אויך אזוי, דארטן האט נאר געפעלט מונהס אפערע סטייל וואס ענדיגט די ניגון מיט קאור


צו מאכען א סך הכל פונעם טעיפ זענען בן בג בג, ידיד, אתה שומר, פון די גוטע לעבעדיגע ניגונים
און בשעה, שמע, והערב, אם אשכחך, פון די שיינע הארציגע ניגונים
דערנאך קומט הוא יפתח, יראו עינינו, שמח, אמר

כמיין מקען זאגן אז סאיז א שענערע טעיפ ווי שוואקי2 הגם סהאט שוואכקייטן אבער די גיטע קאמפאזירער און אראנדזשירער פארדעקן דאס, סאיז נישט קיין חסידישע טעיפ אבער סהאט גענוג שטיקלעך פון וואס אפילו חסידישע וועלן הנאה האבן סדערקענט זיך שטארק די קאנטראסט צווישן די צוויי וועלט קאמפאזירער יוסי גרין און פינקי וועבער, זיי האבן ביידע געגעבן גאר גוטע ניגונים וואס בשעת גריןס ניגונים זענען ווילד און מער גויאיש געשטימט איז אבער פינקיס ניגונים נאך אפשר שענער אבער איידעלער און געשמאק מיט א אידישן חן

הערט און האט הנאה
----

ארטיקל אריגינעל געשריבן: 3/9/2004




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > שוואקי - ידיד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext