פילהרמונה 3 - אך טוב וחסד
מצורף קובץפילהרמונה 3 - אך טוב וחסד
זינגער: פילהרמונה קאור און פארשידענע זינגער
פראדוצירער: מונה ראזענבלום
מוזיק אראנדזשירער: מונה ראזענבלום
קאמפאזירער: ליפא שמעלצר, פנחס וועבער און פארשידענע אנדערע
קאור אראנדזשירער: מונה ראזענבלום
מונה ראזענבלום, ווי הייבט מען אפילו אן צו באשרייבן איינע פון די עלצטע ביישטייערער צו היימישע מוזיק איך זוך אים נישט מספיד צו זיין דא נאר ארויס צו ברענגן אביסל זיין קאריערע און מוזיק עקספיריענס וואס איז שוין א שם דבר, משה מרדכי ראזענבלום ליגט שוין אין מוזיק באלד דרייסיג יאר און סזעט נישט אויס ווי ער האלט ביים אויפגעבן, און פארוואס זאל ער, זיינע טעיפס ניגונים און מוזיק זענען נאך אלץ פון די שטערקסטע אויפן מארקעט
כאטשיג מקען שמעקן מונהס מוזיק פון א מייל ווייט קען מען נאך אלץ זאגן אז ער טוישט זיך כסדר און פרובירט אויס אלע מיני מהלכים אין מוזיק, אנגעהויבן האט ער אין די ארמיי אין ארץ ישראל ער איז דעמאלס געווען א מזרחיסט און געגאנגען אין צבא ער האט דארט געזינגען אין די קאור פון די רבנות הצבאית ווי ער האט זיך אסאך אויסגעלערנט און נאך דריי יאר איז ער געווארן די קאנדוקטער, ווען ער האט געענדיגט דינען די ארמיי האט ער שטודירט מוזיק אין קאלעדזש פארשטייט זיך אז צו היימיש איז ער נישט געווען אין יענע תקופה אבער יעדער האט באוואונדערט זיין גאונות אין מוזיק
זיין וועג צוריק האט זיך אנגעהויבן ווען דוד ווערדיגער די דעמאלסדיגער וועלט בארימטער גערער זינגער איז געקומען קיין ארץ ישראל אויף א קאנסערט, דוד האט דעמאלס געזינגען דעם באוויסטען גערער מלחין יעקב תלמודס ניגונים, מונה אליין שטאמט אויך פון א גערער משפחה און ער איז געווען א גרויסע חסיד פון יעקב תלמוד און מונה איז געווען דער וואס האט קאנדוקטעט די מוזיק פארן קאנסערט, צווישן מונה און דוד האט זיך אנגעהויבן א ידידות און ביי יענעם קאנצערט האט דוד אויך פארגעשלאגן מזאל ארויף לאזן זיין בחורל מרדכי וואס איז מיטגעקומען מיט אים ער זאל זינגען אפאר ניגונים, מרדכי איז געווען 17, מונה אין די צוואנציגער, און אזוי האט זיך אנגעהויבן זייער קאריערע און פריינטשאפט וואס האלט נאך אן ביז היינט, מונה איז געבליבן מונה און פונעם יונגן מרדכי איז געווארן מרדכי בן דוד
מונה טענהט אז מרדכי איז געווען דער וואס האט אים מחזיר בתשובה געווען און מונה האט מיט די צייט אנגעהויבן לערנען פלייסיג און געעפנט א כולל בוקר וואס האלט נאך היינט אן און איז א שם דבר ווי אלע זינגערס קומען זיך צאם און מהאקט שטיקער, באצאלט באקומט מען נישט אבער סהייסט אז מלערנט זייער פלייסיג דארט, מונה האט אויך אנגעהויבן שיסן ניגונים רעכטס און לינקס, פון די באקאנטסטע איז זיכער רבונו של עולם אויף העסק ?? 2 וואס ער האט דארט אנגעפירט די קאור און קאמפאזירט דעם הערליכן ניגון, נאכדעם האט ער אסאך געארבעט מיט מרדכי סיי אין מוזיק און סיי אין קאמפאזירן, די מערסטע באוויסט איז גאנץ זיכער "משיח" אלבוים וואס האט איינגענומען די וועלט און איז פון מרדכיס בעסטע טעיפס
מונה אליין האט אויך שפעטער אנגעהויבן ארויסגעבן אייגענע טעיפס פון די מונה סעריע וואס האט אנפאנג נישט מוראדיג אויפגעכאפט ביז מונה 3 וואס האט זיך געגעבן א שאקעל און לעצטענס מונה 4 וואס איז פון די שענסטע טעיפס פון די פארגאנגענע יאר און איז ממש פערפעקט אין אסאך בחינות, אויך האט ער ארויסגעגעבן די פילהרמונה סעריע וואס די ערשטע איז קוים באקאנט אבער ביים צווייטען האט זיך עס א שאקעל געגעבן און יעצט די דריטע צו וואס מגיי מיר זיך שוין נעמען, ממוז אויך דערמאנען עמית ליסטוואנד וועם מונה האט געטראפען ביי די סטרולאוויטש חתונה ווי מונה האט אנגעפירט די מוזיק און ער האט אנגעקניפט מיט אים א ידידות פון וואס סאיז געווארן איינע פון די גרעסטע הצלחות אין קינדער סאולא טעיפס, מונה האט אים פראדוצירט און אנגעפירט ביז אזויווי ביי אלע קינדער סאולאס האט זיך זיין קול געענדיגט, עד היום נעמט מונה יעדע שטיק צייט א צווייטען זינגער אין וועם ער גלייבט און ארבעט מיט אים ביז ער מאכט אים א שטערן, למשל שלומי דאסקאל וואס איז אריין געשפרונגען צו ווערן א זינגער נאכדעם וואס מונה האט שטארק געגלייבט אין אים און זיי ארבעטען טאקע אויף א טעיפ (כדאי) וואס קומט ארויס בקרוב, אנדערע זענען שלמה כהן, אברומי ראטה, אפרים מענדלסאן, וכהנה וכהנה
למעשה האט מונה אביסל פארדרייט דעם משמעות פון פילהרמונה, פילהארמוניק אויף ענגליש מיינט מער סימפאני סטייל מוזיק וואס איז בכלל נישט די דזשעזז סטייל וואס מהערט היינט אויף פילהרמונה טעיפס, די ערשטע איז יא געווען אביסל מער יענעם מהלך אבער זעט אויס אז מונה האט איינגעזען אז יענס אינטערעסירט נישט דעם עולם האט ער עס פארדרייט אבער אן אויפגעבן דעם גיטען נאמען ווי זיין ניק נאמען איז מרומז, פילהרמונה 3 איז אבער זייער א לעבעדיגע טעיפ וואס איז געמאכט אויסדרוקליך פאר איינעם וואס זוכט שמחה און מוזיק צו טאנצען, בקיצור לעבעדיג חתונה סטייל, נו לאמיר זיך שוין טאקע נעמען צום טעיפ אליין
1) אך טוב וחסד
לעצטענס האט זיך מונה אביסל פארכשופט אין ליפא שמעלצר (בעצם איז יעדער אין די אינדוסטרי אזוי) ווי מזעהט אויף מונה 4 און אנדערע פלעצער, דא האט אים ליפא געגעבן א באמבע ניגון וואס פאסט דאך אזוי פאר מונה, אך טוב וחסד הייבט זיך אן נוסח מונה מיט קאור און מוזיק אריינפיר וואס ווערט פארוואנדעלט אין שנעל זינגען מיט ליפא אין די בעקגראונד, די ניגון איז לעבעדיג פרייליך און אביסל ווילד, ליפא לייגט אריין זיין גאנצע ענערגיע כדרכו ווי אויך געפיל, די קאור מאכט אלע שטיקלעך וואס מקען ערווארטן ווען מזעט מונהס נאמען דערויף, אויפן גאנצען טעיפ זינגט א אינגל סאולא אהרן הלוי וועם מהערט דא ערשט, ער זינגט דא גאנץ שיין אבער ער האט סאך בעסערע שטיקלעך ביי אנדערע ניגונים אויפן טעיפ, די ניגון איז אויף די ווערטער אך טוב וחסד ירדפוני כל ימי חיי ושבתי בבית ד' לאורך ימים מיט צוגעלייגטע ווערטער אויף עברית און ענגליש, אזויווי ביי חתונה סטייל טעיפס ענדיגט זיך נישט די ניגון נאר בלענדט זיך אריין מיטן נעקסטן וואס איז:
2) ועננו בורא עולם
ווער מיינט איר איז די סאולא ביים אנהויב פון די ניגון? נישט די יונגל אהרן הלוי, כאטשיג ער זינגט טאקע ערשט איז אבער די עכטע סאולא מונה אליין, די מוזיק בלענדט אריין פון פריער אבער מיט א אייגענע כאפ מונה אלל די וועי ווי מזאגט, די ניגון איז ווייטער לעבעדיג און שיין פון אלי לויפער, הלוי זינגט קנאפ שיין, קאור איז געוואלדיג, דא הייבט מען אויך אן צו הערן די מאן סאולא משה ראזענבערג וואס זינגט אסאך אויפן טעיפ און איז דא גאנץ גיט (ער זינגט דא אבער מיט א געוויסע שוואכקייט), אויך זינגט סאולא שמואל בערגער וואס ענדעלט שטארק צו אחים בראננער מיט א מער עלטערע קול, די הויכע פאל פון במידת הרחמים און הייליגער בורא בורא עולם איז א געלונגענע שטיקל, די ניגון פארט און ווי שטעלט זיך א טראפ אפ מיט קאור זינגען ביז סבלענדט זיך אריין מיט מוזיק פון מלכותו נצח (וואס נארט אפ) צו:
3) חיים ושלום
קאמפאזירט דורך שלמה קאליש א ריכטיגע לעבעדיגע חסידישע בעלזא ניגון, משה ראזענבערג זינגט סאולא, לעבעדיג און קורץ ביז ספירט אריין צו א מער שנעלן טעמפאו, מונה מאכט ערשט א שטיקל אינטערדאקשען וואס זאגט פאראויס אז דא קומט עפעס גוטס און מהערט גראד סאולא משה וויינטרויב זינגען:
4) אם יהודי
סשטייט אז די ניגון איז פון חב"ד איך האב עס נאך קיינמאל פארדעם נישט געהערט, סאיז טאקע לעבעדיג און פרייליך מיט ווערטער אויף עברית און אידיש, די תוכן בקיצור איז: "אם יהודי היה יודע כמה שהשם רחמן, היה שמח ורוקד, מאה עשרים ושנה", און אויף אידיש: "יעדע איד וואס האט אין קאפ אביסעלע שכל, גייט ארויס פון זיין שטוב בשמחה מיט א שמייכל, זייט צופרידן, אלע אידן, מדארף זיין פרייליך, מכאן ואילך", וויינטרויב לייגט עס גיט אראפ בפרט די צוגעלייגטע שטיקלעך ווי "אידעלע" "בשמחה'לע תמיד" "פרייליך לוסטיג לעבעדיג תמיד", מונה לאזט הערן זיינע טרומפייטערס ווי עס דארף צו זיין, און סענדיגט זיך לעבעדיג ווען וויינטרויב צולאזט זיך מיט תנועות און מונה בלענדט אריין מוזיק פון:
5) למעלה
די מוזיק איז גאנץ סטענדערט, הלוי מיט משה ראזענבערג זינגען סאולא זיי מאכן ביידע גאנץ א גיטען דזשאב אבער סנישט דא קיין שום חידושים דא, מונה בלענדט אריין נישט צו צו געלונגען צו מרדכיס:
6) מאמינים
משה ראזענבערג איז לעבעדיג און הייבט אן צוזאמען מיט די קאור, א פרישע סאולא נפתלי דוד וואס ענדלעלט שטארק צו גרשון ווערובה אדער אפילו צו בעני אלבאז זינגט דא זייער גיט, נאכדעם קומט אריין נאך א סאולא יוסי בערגער וואס איז אויך גיט, אבער סגייט צוריק צו ראזענבערג וועלכע איז זייער באקוועם ביי די הויכע פאל (בערגער זינגט בעסער די נידריגע פאל), די צאמשטעל פון די ניגון האט מונהס פינגערפרינטס סיי ווי די סאולא האקט אריין מיט שטיקלעך און סיי ווי די קאור און מוזיק איז אויסגעשטעלט, סאיז טאקע א גיטע ניגון וויאזוי צו ענדיגן די ערשטע לעבעדיגע מעדלי
7) אל תשליכנו
מונה האט געטון עפעס וואס זעט אויס צו זיין א לעצטיגע משוגעת זיינעם, אזויווי ביי מונה 3 און 4 האט ער אריין געלייגט ספרדישע שטיקלעך (פדה, אדון הסליחות) האט ער דא אויך גענומען א באקאנטען ספרדישען ניגון אבער אהערגעשטעלט א חידוש, סאיז גאנץ פשוט אבער ווען מונה טוט דאס איז עס מיט אלע טעמים, ער האט איבערגעדרייט די ספרדישע הבהרה צו אונזער אשכנזישע נוסח און אויב דאס איז נישט גענוג, האט ער גענומען א ספרדישען וואס זאל עס זינגען..
סהייבט זיך אן מיט שטייטע מוזיק וואס ווערט א טראפ ספרדיש און הלוי נעמט זיך זינגען ימלא פי תהלתך, ער זינגט דאס זייער גיט חוץ דאס אויסציען פון פי וואס איז איבערגעשטרענגט און איבערגעצויגן לדעתי, צו די הויכע פאל אל תשליכנו קומט אריין רועי ידיד א ספרדישער וואס זינגט דא אזוי גיט אשכנזיש אז מדערקענט אים קוים, די מוזיק אינצווישן מיט די קאור איז אויסערגעווענליך, הלוי איז אויך זייער שטארק אויף דעם ניגון ווי אויך ידיד בפרט זיין לעת זקנה (2:57), די ניגון איז כדאי איבערצוהערן עטליכע מאל סאיז הארציג און שיין און איז זייער א גיטע הפסקה צווישן די לעבעדיגע מעדליס
8) בים בם בום
די מעשה גייט אזוי, אחים גראבייס (די גערער פון די ווידיאוס) צוויי לעבעדיגע סחורה האבן איין טאג באגעגנט מונה אויפן גאס און דארט בפני כל עם ועדה האבן זיי אים נישט אפגעלאזט נאר ער האט זיך דארט אויפן פלאץ געמוזט צוהערן צו א לעבעדיגן בים בום ניגון וואס זיי זינגען שוין יארן, מונה האט בלית ברירה אויסגעהערט און זעט אויס אז סאיז אים געפאלן ווייל סאיז אריין אינעם טעיפ און זיי נישט קיין אנדערע זינגען דאס טאקע
סאיז א ניגון אן ווערטער (קאמפאזירט דורך משה אוישר) פול מיט לעבעדיגקייט מיט אסאך זיסע שטיקלעך וואס איז אביסל פורים'דיג אבער די עיקר איז דאך אז מווערט דערפון פרייליך, סגעשמאק צו הערן וויאזוי זיי זינגען "לעבעדיג לעבעדיג אלע" מיט טשירי באם, סלוינט זיך צו הערן מיט העדפאונס וויל ביי געוויסע שטיקלעך לויפט דאס פון אויער צו אויער און מדערקענט א גאנצען צייט אז קיינער אנדערש וואלט דאס ווען נישט אזוי גיט אראפ געלייגט ווי די צוויי פרייליכע ברודער, סענדיגט זיך אויך מיט א כאפ וואס איר וועט שוין אליין הערן (כוויל נישט ספוילען די סורפרייז)
און יעצט צוריק צו מעדליס, דאס מאל א סעט פון לעבעדיגע האראס
9) הורה ירושלמי
די באקאנטע ירושלים'ער קאדאטשקע רוקט זיך דא ארויס מיטן גאנצען כח, סהייבט זיך אן מיט געוואלדיגע קאור וואס ציעט צוביסלעך אן די מצב, די גאנצע ניגון איז נאר קאור און פארשטייט זיך אז סהאט שיינע צוגעפאסטע קלארינעט (ניצן עין הבר) וואס איז אזוי וויכטיג ביי ירושלימע דעבקעס, אזוי אומבאמערקבאר גיבט זיך עס א גליטש אריין צו נאך א קאדאטשקע:
10) הורה עתיק
די אלטע אריגינעלע הארא באקומט דא א שיין שטיקל פון בלויז מוזיק, ביז די קאור קומט אריין און מאכט פלאץ פאר הלוי וועלכער איז אויסטערליש שטארק און שיין דא, סנישט צום גלייבן וויאזוי א יונגל זאל קענען אראפ לייגן אזא געוואלדיגע טאלאנט אויף א הארא ניגון, דא ווידער גליטשט זיך עס אריין צו נאך א הארא:
11) הורה בדרך למירון
די הארא רופט מען הארא בדרך למירון כווייס נישט וויאזוי די ניגון האט באקומען דעם נאמען מסתמא האט מען דאס געשפילט אויפן בארג אין מירון גייענדיג ארויף צו ר' שמעון, כווייס יא אז פאר עני בארג איז דאס א גיטע ניגון וואס העלפט צו, דא איז אויך בעיקר מוזיק און קאור, ביז סבלענדט זיך (נישט אזוי גיט) אריין צום נעקסטן:
12) הורה שורות
מונה רופט דאס הארא פון די שורות, דאס איז מער א שטייטע הארא מיט שיינע מוזיק און הערליכע קאור, סענדיגט זיך מיט א שטיקל פויקער וואס בלענדט אריין:
13) מנוחה ושמחה
די הארציג לעבעדיג שבת ניגון איז קאמפאזירט דורך מונה מיט זיין חברותא הרב ישראל מאיר פרידה שליט"א, סווערט געזונגען דורכן וועלט בארימטען יוסף צבי ברייער פון בעלזא וואס איז מסתמא פון די גרעסטע מלחינים וואס איז היינט דא, די שענסטע און טיעפסטע ניגונים פון בעלזא קומט אלעס פון ברייער (אריגינעל איז ער פון דושינסקי) און מקען זאגן אז די גרעסטע בעלזא קנאקערס אפילו דאמען און קאליש האבן זיך ביי אים געלערנט, לעצטענס האט ער זיך אריין געלאזט אין חינוך און איז שוין נישט אזוי ביזי מיט ניגונים אבער די מעשה גייט אז ער איז אריבער געפארן נעבן מונה סטודיא און האט זיך מיישב געווען אריין צו גיין א רגע כאפן א בליק און זאגן א גיטען, שטייענדיג אינדרויסן האט ער געהערט ווי מונה פרעקטיסט דעם ניגון מיט די קאור און ער איז אזוי באגייסטערט געווארן אז ער איז אריין געקומען און געזאגט פאר מונה אז ער מוז דאס זינגען
ער זינגט דאס טאקע פול מיט טעם אויך הלוי לייגט צו חן, די ניגון איז טאקע העכסט געלונגען און ברענגט אריין סיי מנוחה און סיי שמחה מיט א ריח מעין עולם הבא פון שבת קודש, סהאט אויך א לעבעדיג שטיקל אן ווערטער און צום סוף א שטיקל פון האפענונג ווי ברייער זינגט הארציג בביאת גואל לחיי העולם הבא, נאכדעם בלענדט זיך עס אריין מיט א געזונט שטיקל קאור וואס גראד אויס דעם וועג פאר:
14) מי שאמר
ליפאס די די הייבט זיך אן מיט הלוי און ווערט איבערגענומען פון מונהס תלמיד אברהמי ראטה (מלאכי השרת), אויך זינגען סאולא משולם גרינברגר מיט משה רוזנברג די בעסטע איז מסתמא הלוי צום סוף ווי ער מאכט א ספרדישן דריי אן ווערטער ווען ער בלענדט קונצלעך:
15) לכבוד החתן
איינע פון די בעסטע ניגונים אויף יידלס לעצטע טעיפ וואס איז קאמפאזירט דורך הרב הלל פלאי פאסט זייער גיט אריין אויף דעם טעיפ און סטאקע פון די שענסטע אראפ געלייגט ביי פון אהרון סאמעט און משולם גרינברגר, הלוי איז אויך נישט הינטערשטעליג און קאור איז אויך זייער גיט, צום סוף ווערט עס רואיגער אביסל און מונה שטעלט אהער:
16) ריקוד סלוניקי
מיט אויסערגעווענליכע גיטאר פון מייסטער גיטאריסט אבי סינגולדה וואס האקט שטיקער דא הערן מיר איינע פון די באקאנטסטע הארא ניגונים, מיט מונה סטייל קאור וואס לייגט אין א מצב אז מזאל וועלן כאפן א שפאציר גראד אין עטרת חיה אריין, א זייער גיטע ענדינג פאר די הארא מעדלי וואס זאגט אויך פאר אז יעצט גייט מען זיך דארפען אפרוען אביסל
17) עקידת יצחק
א הארציגע ניגון פון פינקי וועבער אויף די עקידה איז דאס אויך איינע פון די סיבות פארוואס סלוינט זיך צו קויפן די טעיפ, אויף די ווערטער וזוכר כל הנשכחות וכו' ועקידת יצחק לזרעו של ישראל היום ברחמים תזכור איז דאס מעורר די געוואלדיגע זכות פון עקידת יצחק וואס אידן בעטן דערמיט עד היום צו דערוועקן די מדת הרחמים, געזינגען דורך שלומי דאסקאל וואס לליגט דאס הארציג אראפ אבער איז נישט אינגאנצען קלאר וואס כהאב קודם געמיינט אז די מיקס איז נישט גיט אבער זעט זיך אויס אז די רעקארדינג איז נישט געווען הונדערט פראצענט מיט דעם אלעם איז דאס זייער שיין, הלוי זינגט אויך אביסל און פארשטייט זיך אויך די קאור, סהאט א הארציגע שטיקל אן ווערטער און זייער שיינע מוזיק, א געלונגענע ניגון
18) ניגון חופה
אנדערש ווי ביי א חתונה גיי מיר דא נאכן טאנצען צוריק צום חופה און מיר הייבן אן א חופה מעדלי דורך זינגען איינס פון די מערסטע באקאנטע חופה ניגונים וואס איז קאמפאזירט דורך ר' עזריאל מנדלבאום זצ"ל, די ניגון ברענגט זכרונות פון אונטערן חופה אדער פון א טונקעלע שובבים שלוש סעודות, עס איז ממשיך מיט:
19) קה ריבון
דאס איז די באקאנטער וויזניצער קה רבון ניגון אבער אן ווערטער, סווערט ערנסט אראפ געלייגט (א טראפ אפערע סטייל) דורך מונהס קאור, סאיז אבער קורץ און שארף און ווערט אריין געדרייט צום:
20) ד' בבות
די ד' בבות פון חב"ד וואס איז וועלט בארימט באקומט דא גאנצע פינעף מינוט, סענדעלט אביסל צום אופן וויאזוי מרדכי לייגט דאס אראפ אויף ניגוני בית אבא, סקומט אבער קרעדיט פאר מונה פארן אהערשטעלן די בבות מיט חכמה אן דעם וואס סזאל צופיל גיין אויף די נערוון, זייער קונצלעך געמאכט און אויך שיין געענדיגט וואס שלוסט צו די חופה מעדלי
21) מחרוזת ניגוני חב"ד
דא שטעלט מונה פאר א וואן מען בענד מיטן נאמען ליבל'ה ליפסקר וואס שפילט דא חב"דסקער ניגונים, כווייס נישט צו דאס דארף זיין א אדווערטייזמענט פאר אים אבער סתם אזוי צו ווייזן נאך עפעס א חידוש מבית היוצר של מונה, ער שפילט טאקע זייער שיין און פונקטליך אבער סדערמאנט פון א שבע ברכות אפשר פאר דעם האט ער עס טאקע דא געשטעלט ווייל נאך א חתונה און חופה דארף מען דאך א שטיקל טעם פון שבע ברכות, סאיז א שיינער ליקוט פון חב"דסקער ניגונים און עס ענדיגט אפ דעם אויפן פארקערטן אופן וויאזוי סהאט זיך אנגעהויבן
צו מאכען א סך הכל האט די טעיפ איין לעבעדיגע מעדלי, איין הארא מעדלי, א חופה מעדלי, צוויי הארציגע ניגונים: עקידת יצחק און די אל תשליכנו ספרדישע קונץ שטיק, דעם גראבייס בים בום און ברייער מנוחה ושמחה, אלעס צוזאמען איז עס זייער א לעבעדיגע טעיפ מיט איבער 21 ניגונים, א גיט געשעפט פאר סיי ווער וואס זוכט פרייליכקייט און אביסל הארציגקייט צו די זייט, א העכסט געלונגענע מונה פראדוקט וואס מקען אסאך מאל איבערהערן
----
ארטיקל אריגינעל געשריבן: 12/9/2004

 |
|
|