עולם הנגינה
מצורף קובץברשות די חשובע באזוכער דא אויף היידפארק ובפרט די באזוכער פונעם אויסגערופענעם פורום "חדשות אנש בארה"ב ובעולם" בהנהלת דעם וועלט בארימטען jewboy לייגן מיר דא היינט דעם גרונטשטיין פארן נייעם "חדשות אנש עולם הנגינה" פורום וואס וועט דינען אלץ א צווייגל צום פורום "חדשות אנש בארה"ב ובעולם"
אנגעהויבן האט זיך דאס ווען אויפן אינציטאטיוו פון menchele א דארטיגער שרייבער האט זיך געעפנט א אשכול וואס זאל באהאנדלען נייע טעיפס, דער אשכול האט זיך צובליהט און געווארען א גפן פורי' מיט אינפארמאציע פון נייע טעיפס און אפהאנדלונגען
איך זעלבסט האב געהאט די זכי' בייצושטייערן צום סוקסעס פון יענעם אשכול דורך אפשרייבן אנאליזן אויף נייע טעיפס לויט ווי איך זעה דאס דורך מיינע ברילן, היות די אינטערעסע אויף נייע טעיפס וואס קומען כסדר ארויס און אויף ניגונים בכלל איז זייער גרויס, האבן מיר בעצה אחת מיטן טייערער jewboy אהערגעשטעלט דעם נייעם פורום דא כדי דער עולם זאל קענען געניסן דערפון גרינגערהייט
יעדער איז איינגעלאדענט צו לייענען דאהי, און צום שרייבן דארף מען באקומען רשות כתיבה פון די מנהלי הפורום (רוב מעמבערס פון חדשות אנש וועלן אויטאמאטיש אויך דא האבן רשות כתיבה)
מיר בעטן זייער אז מען זאל דא נאר דיסקוסירן ענינים וואז זענען פארבינדן צו מוזיק, זינגערס, טעיפס, וכדומה, ווער סוועט זיך נישט האלטן דערצו וועט מען מוזן נעמען די נויטיגע שריט כדי דער פורום זאל נישט פארלירן איר גלאנץ
ווי איר ווייסט אוודאי איז דער היכל הנגינה הארט נעבן דעם היכל התשובה, וועלן מיר אויך געבן א געלעגנהייט תשובה צו טאן אויב איינער פארפארט פון די רעלסן, אבער ווייל די וועלט זאגט אז חזנים זענען נערנים מיינט נישט אז מיר זענען טאקע אזעלכע נערנים...
לייענט, הערט, און האט הנאה!

 |
|
|