בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

ליפא שמעלצר - הברכה והקללה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/10/2004 00:05 לינק ישיר 
ליפא שמעלצר - הברכה והקללה
מצורף קובץ

פון ווען אן ליפא שמעלצר האט אויפגעשיינט אויפן האריזאנט פון עולם הנגינה, איז זיין ערשיינונג געווען מוטל בספק, הללו משבחין והללו מקללין,און עד היום הזה איז זיין וועזן אנגעוויזן סיי אויף קריטיק און סיי אויף לויב

דאס איז זיכער אז ר' ליפא פארמאגט געוואלדיגע כשרונות אין דעם תחום פון מוזיק, די גרעסטע מומחים זענען היינט מודה אז ליפאס טאלאנטען שטייגען איבער אלע פריערדיגע וואס האבן געטון וואס ער טוט, זיין חוש השמיעה און חוש הריח ווען עס קומט צו מוזיק אדער קאור אראנדזשירונגען איז הפלא ופלא, זיין געפיל צום תוכן פון ניגונים ווי אויך די עצם קאמפאזירונגען זענען אויך פון די בעסטע אינעם פעלד, און צום מערסטענס זיין געוואלדיגע ענערגיע וואס ער לייגט אריין זיין גאנצען כח און מח אין א ניגון זעט מען כמעט נישט

מצד שני זענען דא די מקטרגים וואס קריטיקערן אים פארן אפנויגען פון זינגען אויפן ריין חסידישען מהלך און אנשטאט אדאפטירען גויאישע תנועות, די קריטיקערס קען מען צוטיילען אויף צוויי חלקים, ערשט זענען דא די סתם אומפארגינערס אדער חסידישע חאניאקען וואס קענען נישט תופס זיין אז א היימישער חסידישער יוגערמאן פון קרית סקווירא זאל קענען אהערשטעלן קונצליכע מוזיק און ווערן א וועלט בארימטער "ראקסטאר" כלשונם, נאכדעם זענען דא די צווייטע חלק פון קריטיקירערס וואס האבען גארנישט קעגן ליפא פערזענליך, פארקערט זיי האלטען שטארק פון זיין טאלאנט אבער זענען ברוגז פארוואס ער גייט אזוי ווייט אוועק פון דעם ערליך חסידישען מהלך

אן עקסטערע פרשה איז ליפאס "פערפארמען" נעמליך זיינע תנועות בשעתן זינגען בעיקר ביי חתונות, סדא אסאך וואס שרייען אז ספאסט נישט, מצד שני איז דא וואס זאגען אז קיינער הייבט נישט און מאכט לעבעדיג א חתונה אזויווי ליפא

דאס אז מענטשן האבען הנאה פון זיין באנעמונג ביים זינגען זעט זיך שטארק אן פונעם פאקט אז אפילו ביי די מאדערנע וועלטליכע קאנסערטס זוכט מען אז ליפא זאל ערשיינען, ערשט יעצט סוכות איז געווען לעבעדיג ווען סהאט לכתחילה געהייסן אז ליפא וועט זינגען אין נאסא קאלאסיאם צוזאמען מיט מיאמי מב"ד פריד און שוואקי (ער האט שוין געזינגען פאריגע חוה"מ אין רעקס פלעקס), נאכדעם איז דאס בטל געווארן ווייל ליפא האט באקומען איין איינלאדענונג צו זינגען ביי א ריזיגען קאנסערט אין ארץ ישראל, אבער דאס איז אויך בטל געווארן נאכדעם וואס משמועסט אז די וועד הצניעות האט שווער געארבעט אויף אים ער זאל דאס מבטל זיין, און צום סוף הייסט אז ער וועט נאר זינגען אין גאלד האטעל אין ירושלים

אין בלאט איז געווען א גאנצער פעידזש עד מיט'ן קעפל: אשריך ר' ליפא! וואס זיינע חברים פון סקווירא האבן אריין געשטעלט לכבוד דעם וואס ער איז בייגעשטאנען דעם נסיון פון כבוד און געלט און נישט געגאנגען דארט זינגען, דאס איז א שטיקל מרחק פונעם לעצטן אנאנס וועגן ליפא וואס איז געווען אין איד פון סקווירער בי"ד מוחה צו זיין קעגן זיין טעיפ "בדרך" און איר נישט היימישען סטייל

אין אן אינטערוויו צום ארץ ישראלדיגען מאגאזין "משפחה" דערקלערט דער וועלט בארימטער חסידישער בעל מנגן ר' ירמי' דמן אז סטוט אים זייער וויי אז מטוט לעצטענס צופיל מאדערניזירן חסידישע טעיפס און ניגונים, בפרט זאגט ער דארט אז סבאדערט אים זייער שטארק דאס וואס ליפא טוט, ער זאגט אז ליפא איז מסמא דער איינציגסטער אין די גאנצע אינדאסטרי וואס פארמאגט אזויפיל כשרונות אין דעם געביט, איז פארוואס פעלט דאס אויס ער זאל דאס פארגויאישען, ער זאגט דארט אויך אז ער אליין האט חרטה אויף געוויסע ניגונים (כי לשם המלוכה למשל) אדער מוזיק וואס ער האט געמאכט יארן צוריק און ער שפירט היינט אז סנישט ריכטיג געווען

אינטערעסאנט איז, אז ליפאס כשרונות קומען פונקט אזוי צונוץ ווען סהאנדעלט זיך אין ריין חסידישע טעיפס אדער ניגונים, למשל ביי מיכאלס טעיפס (בפרט נשמה פלאם חלק ב) אדער ביי אייזיק און דאסקאל, ליפא אליין זעט דאס אויך איין אין א געוויסע בחינה, דאס קען זיין די סיבה פארוואס ער האט יעצט ארויסגעגעבן דעם חסידישען טעיפ "לעילא ולעילא" ווי מדערקענט זיינע געוואלדיגע טאלאנטען אפילו סאיז נאר חסידיש

שטארק מעגליך אז דאס וועט טאקע זיין ליפאס נייע מהלך, ער וועט פרובירן זיך צו האלטן חסידיש מער ווייניגער ביי טעיפס וואס זענען געמאכט פארן חסידישען עולם, און ער וועט אויך ווארפען א ביינדעל פאר די מער מאדערנע גאס אז זיי זאלן נישט בלייבן אויסגעשפילט, דאס איז זיכער אז ווי ער זאל נאר נישט אריין לייגען זיין גאנצען כח וועט ארויסקומען א הערליכער פראדוקט, און דאס איז בעצם ליפא שמעלצר



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-10/10/2004 23:51 לינק ישיר 

לויט ווי ליפא האט פארציילט פאר'ן רדיו קול-חי אין ארץ ישראל מוצאי יום כיפור, האט ער אפגעזאגט די קאנסערט אין אמעריקע נאך פאר ער האט געוואוסט אז ער פארט קיין ארץ ישראל. די קאנסערט אין אמעריקא האט אים מציע געווען אז מ'וועט אויסרופען פאר ער זינגט אז די פרויען זאלען אריבער גיין צום אנדערע זייט.
זיי האבען אים געפרעגט פארוואס ער האט מוותר געווען אויף אזא כבוד אז וועגען אים גייט מען דאס אויסרופען, האט ער געזאגט אז ער האט רעסטריקשענס און ווער עס וויל אים רופן מוז איינגיין אויף דעם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2005 02:34 לינק ישיר 

I think LIPA is the best thing that jewish music possesed within the last 15-20 years.
He is multi talented and has guts and surely knows how to entertain a croud be it chasidish, yiddish, rebbish... mizruchis, litvish, sefardish... as long as its BE'ACDUS K'LAL YISROEL.... if we have a talented young man who can entertain... lets make the most of it



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2005 19:20 לינק ישיר 

I totally agree, Lipa is an extremely talented young man, with terrific personality, something new in the world of music.
His style might be something that can be debated, he does take secular songs and change the words, but it seems that, that's what people want.
I heard an interview this morning on JM in the AM, Nachum Segal was interviewing Avrum Fried, and the topic came up regarding more secular music styles, and who Avrum Fried was influenced by, one great point that he made was that in his day "Kayl Ha'odois" was considered to be offensive by some, 'cause it had a bit more of a and I quote "Rock, or disco beat to it"
In today's day and age Kayl Ha'odois is considered to be rather tame, so is what Lipa is doing, in bringing secular music to the table bad? It's a topic that's up for debate...
But lets remember Lipa is an entertainer, he gets paid to entertain, if his hosts request that he sing certain songs, or jump around the stage a certain way, he will do it. Whether or not he likes what he's doing, that's a different story, that's his job; do we all like what we do for a living? Or would we sometimes do things we don't want to, just because the boss told us to do it.


תוקן על ידי - bflat - 16/11/2005 19:36:02



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2005 22:00 לינק ישיר 

זיידי זייער שיין באשריבן

ווען קימט ליפא ארויס מיט זיין נייע טעיפ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2005 13:48 לינק ישיר 


ס'הייסט חנוכה צייט, ער וויל בשום אופן נישט ארויס געבן ווי אזוי ס'גייט הייסן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > ליפא שמעלצר - הברכה והקללה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext