קורצער שמועס מיט ר' חיים באנעט
קורצער שמועס מיט ר' חיים באנעט
פארגאנגענעם סוכות תשס"ה איז ערשינען אין דעם ארץ ישראלדיגן צייטונג "בקהילה" א קורצער שמועס מיטן וועלט בארימטער חסידישען קאמפאזירער ר' חיים באנעט (מכניסי רחמים) וואס פירט אן די חלק הנגינה אין סערט וויזניץ און וואוינט טאקע דארט אין רמת וויזניץ - חיפה, דער שמועס איז נישט געווען אויף אן אופן פון א אינטערוויו נאר קורצע ציטאטן פון וואס ער האט געזאגט אויף ענינים/פראגעס אין א שמועס, דער שרייבער גיבט איבער בקיצור וואס איז געווען די ענין פון וואס מהאט געשמועסט און וואס ער האט געזאגט אויף דעם, כברענג עס דא אין אידישע איבערזעצונג - די זאצן פון ענינים אויף וואס מהאט אים געפרעגט איז אין די בלויע קאליר, זיינע ענטפערס זענען אין שווארצע קאליר
די אל"ף בי"ת פון חיים באנעט
דורך בנימין גרנות*
מי האיש: ר' חיים באנעט, 57, וואוינט אין רמת וויזניץ חיפה, ער איז פון די גרעסטע חסידישע קאמפאזירער און פארפאסט די ניגונים בחצר סערט וויזניץ, ער איז די בעה"ב פון "באנעט" סטודיא אין בני ברק און איז א מוזיק פראדוצירער, ער איז געווען א מחנך אין תלמוד תורה אסאך יארן, און ער שטייט אונטער אלע מוזיק פון פראדוקשאנס פון מקהלת חסידי סערט וויזניץ און אסאך שטארק באקאנטע ניגונים אין די חסידישע וועלט, ער האט ארויסגעגעבן די סעריע פאר קינדער "יהודים הם בני מלכים" און אויך די פורים טעיפ "מגילת בודאפעסט".
אבינו אב הרחמן
כהאב דאס קאמפאזירט אינמיטן דאווענען ביי אהבה רבה, עד היום ווער איך נתרגש ווען כגיי פארביי א תלמוד תורה און כהער פון די פענסטער ווי די קינדער זינגען "אבינו אב הרחמן"
סטודיא
א סטודיא מוז זיין א פלאץ מיט אסאך חן וואס זאל אינספערירן, דאס איז דאך די פלאץ פון ווי די ניגונים קומען ארויס צו די וועלט
האדמו"ר מסערט וויזניץ
מיין רבי און מורה דרך וואס באגלייט מיר מיט גרויס אהבה אויף יעדן טריט און שריט
הצלחה
"איזהו עשיר המשמח בחלקו"
ערשטע ניגון
די ערשטע ניגון וואס כהאב פארפאסט איז געווען נאך אין ישיבה, ווען כהאב עס געזינגען פאר מיינע חברים האב איך זיי איינגערעדט אז דער באקאנטער וויזניצער קאמפאזירער ר' יצחק אונגאר האט דאס פארפאסט, כהאב זיך געשעמט צו זאגן אז איך האב דאס גאר געמאכט, שפעטער ווען כהאב זיי יא מגלה געווען האט קיינער מיר נישט געוואלט גלייבן
די רויטע שטאט**
דער 'מקור ברוך' האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: 'די שטאט וואס פארגייט', אבער ב"ה זייט דעמאלס האט זיך חיפה איבערגעדרייט צן אן עיר ואם בישראל
'ועשו כולם'
די ניגון וואס איז קאמפאזירט געווארן לכבוד די כנסיה הגדולה פון אגודת ישראל און האט מאחד געווען צווישן חסידים און ליטווישע
'יהא רעווא קדמך'
די ניגון איז קאמפאזירט געווארן לכבוד די סיום הש"ס אין בניני האומה, ווען כהאב געהאלטן אינמיטען זינגען דעם ניגון איז אריין געקומען דער 'בית ישראל' זצ"ל און דער עולם האט מיר פרובירט שטיל מאכן, דער בית ישראל האט מיר אבער געהייסן זינגען ווייטער, סאיז געווען פאר מיר א התרגשותדיגער מאמענט כאילו אז ער האט מיר געהייסן זינגען
'יהודים הם בני מלכים'
סאיז אויפגעוואקסן א דור וואס שעמען זיך נישט צו זינגען די ניגונים פאר זייערע קינדער
ווייטאג
סטוט מיר וויי וואס מהאט געטון צו אריגינעלע חסידישע מוזיק
'כה אמר'
כהאב באגעגענט א איד וואס האט מיר דערציילט אז ער איז שוין געווען זייער ווייט פון אידישקייט און די ניגון האט אים צוריק געברענגט, ער האט מיר פארגעשטעלט פאר זיין קינד און מיר געזאגט: 'ר' חיים, דער קינד איז דיינס'
א ניגון וואס מאיז מגייר
ממש א צלם בהיכל
ליפא שמעלצר
א געוואלדיגער טאלאנט, מיין זון ראובן מאכט שיין פרנסה פון אים
מגילת בודאפעסט
די אונגערישע פארשטייען נישט פארוואס סאיז קאמיש, דאס איז די 'ריכטיגע' אפטייטש פונעם טעיפ
חסידישע מוזיק
ניגונים וואס זענען ראוי מזאל עס זינגען ביי חסידישע טישן
מכניסי רחמים
איך דאנק דעם אייבערשטן פארן גרויסן זכות וואס כהאב געהאט צו זיין דער שליח וואס האט געברענגט די ניגון פאר די וועלט
מקהלת הנוער האגודתי
פלעגט ערשיינען נאר ביי תורהדיגע צוזאמקומען און מיט דעם מקדש געווען שם שמים
מרדכי בן דוד
א חבר און ידיד, ער איז דער וואס האט געברענגט דעם ניגון 'כה אמר' צו אזא הויכען שטאפעל
אנטוישונג
ווען מארבעט שווער אויף א טעיפ און ספארקויפט זיך נישט גיט ווייל סאיז צו חסידיש
ר' הלל פלאי
כדערמאן מיר גראד אין דעם ניגון 'אדון השלום' וואס ער האט געגעבן פאר שלמה כהן
ר' ירמי' דמן
א ביישפיל וויאזוי סדארף אויסקוקען א חסידישער בעל מנגן
רובי באנעט
חז"ל זאגן: בכל אדם מתקנא חוץ מבנו, ער איז א ביישפיל אויף כיבוד אב און מוזיקאליש זייער טאלאנטפול וואס האט שוין היינט א באקאנטער נאמען
א מאמענט וואס די קענסט נישט פארגעסן
דאס אויפטרעטן ביים כנסיה הגדולה פון אגודת ישראל פאר אלע גדולי ישראל
רמת וויזניץ
א געשמאקער פלאץ
א גיטע ניגון
יוודע בגוים פון סקולענער רבי זצ"ל
שלמה כהן
א זינגער מיט א הויכע חסידישע נשמה
אמתע שמחה
שמחה של תורה וואס פוןן דעם ווערט דאס הארץ איבערגעפולט פון שמחה
שמחת בית השואבה
סאיז מיין האפענונג מזאל מיר זוכה זיין צו זען די גרויסע שמחה אינעם בית המקדש במהרה בימינו, אין א בחינה פון 'מי שלא ראה שמחת בית השואבה לא ראה שמחה מימיו'
תלמוד תורה
איינס פון די שענסטע תקופות אין מיין לעבן ווען כהאב זוכה געווען צו לערנען מיט תינוקות של בית רבן
חיים באנעט
כבין דער גרעסטער קריטיקירער פון חיים באנעט, כבין קיינמאל נישט צופרידן מיט מיר אליין, כטראכט אלעמאל אז מקען טון מער סיי ברוחניות סיי בגשמיות
הערות
*זיין עכטע נאמען איז בנימין גראנובסקי
**א צונאמען פאר די שטאט חיפה
 |
|
|