פאליטישע און סטעיטמענט ניגונים
פאליטישע און סטעיטמענט ניגונים
אין די גויאישע וועלט קען מען כמעט נישט טרעפן עפעס א ערנסטע קאמפיין אדער קאמערשעל וואס זאל נישט האבען א אייגענע ניגון אדער א דזשינגעל, סקען זיין אפילו א אלטע ניגון וואס מפאסט צו סזאל שטימען מיטן געדאנק וואס משטעלט פאר, גרעסערע קאמפיינס ווי למשל פאליטישע קאמפיינס, קענען עפארדן צו שפענדן אויף נייע ניגונים וואס משטעלט אהער מיט אלע פיטשיווקעס
אין אונזער אידישע וועלט פון עולם הנגינה איז אויך דא ניגונים וואס זענען געמאכט געווארן צו געבן א סטעיטמענט אין פאליטיק וכדומה, סאיז טאקע נישט דא קיין סאך אבער סאיז דאך עפעס וואס ווערט געטון פון צייט צו צייט, מקען אפשר אויך אריין רעכענען אין די קאטאגאריע ניגונים וואס מהאט גענוצט פאר פאליטישע אדער שיטה צוועקן למשל ציון ציון אדער בשלטון הכופרים, סאיז אויך דא אסאך ליצנות פאליטישע ניגונים וואס זענען געווען בעיקר אויף פורים טעיפס ווי מארטין דעווידסאןס בני ברק בני ברק, אויך אויף חיים באנעטס מגילת בודאפעסט און נאך
פון די געהעריגע ניגונים מיט פאליטישע סטעיטמענטס וועל איך אויסרעכענען אפאר וואס כגעדענק און דער עולם איז מכובד מוסיף צו זיין און זאגען א מיינונג וואס מהאלט פון די מיני ניגונים
מרדכי בן דוד:
Yerushalayim is not for sale
Let my people go
ירושלים את ירושתינו
חברון מאז ולתמיד
עד מתי (לולא תורתך)
אברהם פריד:
לבנימין אמר
חברון שלי
דדי:
לך אתן
חברון
לא נזוז
 |
|
|