רחם....רחם....רחם....
אקעי, סאיז שוין העכסטע צייט אז עולם הנגינה זאל שוין האבען לכל הפחות איין אשכול וועגן רחם...
איינמאל א שמיטה שפראצט ארויס א ניגון וואס רירט יעדן אן אין הארץ און נשמה אז סווערט איבערגעדרייט צו א וועלטליכע ניגון אן קיין גרעניצן, חיים באנעטס מכניסי רחמים איז געווען איין אזא ניגון וואס איז אריגינעל ארויס געקומען פון חסידישען סערט וויזניצער הויף און געווארן מטבע עובר לסוחר ביי אלע קרייזן אין די וועלט
מדארף קיינעם נישט מגלה זיין דעם סוד אז פינקי וועבערס רחם איז די היינטיגער וועלטליכער ניגון עובר לסוחר, סאיז שוין טאקע באלד פינעף יאר אלט אבער סנאך אלץ "די" ניגון וואס יעדער קען און יעדער האט הנאה צו זינגען נאכאמאל און נאכאמאל, סאיז הפלא ופלא צו זען דעם אמתן כח פון א הארציגן ניגון וואס קען בארירן אזויפיל מענטשן - חסידיש - ליטוויש - אשכנזיש - ספרדיש - פרום - מאדערן - פריי - אידיש - גויאיש - יונג - אלט - מענער - פרויען - קינדער - אן קיין גוזמא
די גרעסטע איראניע פון רחם איז אז סהאט געפעלט א האר און סאיז שיעור נישט אריין געגאנגען אין שוועקיס טעיפ, שווער צו גלייבן אבער יוחאי בריסקמאן פראדוצירער פון שוועקיס ערשטע טעיפ האט נישט איינגעזען די גדלות דערפון און האלט נאך עד היום אז סאיז געווען מער מזל ווי ניגון, כוועל מחלק זיין מיט די מיינונג ווייל סאיז טאקע אמת אז הכל תלוי במזל אפילו ניגון שבהיכל עולם הנגינה אבער די מציאות איז אז מזל האט געשפילט א קליינע ראלע אין די ווייט שטרעקיגע עפעקט וואס די ניגון האט
די שידוך פון פינקי וועבער מיט שוועקי האט זיך אנגעהויבן ווען פינקי איז געווען אויף א חתונה אין לעיקוואד, שוועקי איז נאך דעמאלס געווען א בחור און געזינגען אויפן מייק מרדכי בן דודס רחם, פינקי האט הנאה געהאט וויאזוי ער האט דאס אראפ געלייגט און זיי האבן געכאפט א שמועס ווי שוועקי האט אים געבעטן אז ער פלאנט ארויס צו געבן א טעיפ און ער דארף האבן ניגונים, פינקי איז נאך דעמאלס נישט געווען א שטארק אנערקענטער קאמפאזירער, הגם ער האט געמאכט אפאר גיטע ניגונים פאר מיכאל שניצלער, אייזיק האניג, המשוררים, ישראל וויליגער, קאבי, ניסן, איז ער געווען ווייט פון זיין וועלט בארימט
אויפן וועג אהיים פון לעיקוואד האט פאר פינקי געקלינגען אין די אויערן מרדכיס רחם וואס שוועקי האט געהאט געזינגען און אנקומענדיג אהיים אין די שטילקייט פון די נאכט האט ער זיך אראפ געזעצט ביים פיאנא און קאמפאזירט א שטיקל ניגון וואס איז עווענטועל געווארן רחם, ער האט דאס אריין געזינגען אין א טעיפ און צומארגענס אנגערופען שוועקי אז ער האט געמאכט א ניגון פאר אים, שוועקי האט אים געזאגט אז ער איז נאך נישט ערנסט מיטן טעיפ ווייל ער וויל נישט מאכן א קאריערע פון זינגען איידער ער האט חתונה, האט פינקי אויפגעשריבן אויפן טעיפ "רחם - שוועקי" און עס אוועק געלייגט אין שאפע
גייט אריבער א יאר, און פינקי באקומט א קאלל פון יוחאי בריסקמאן אז ער ארבעט אויף א נייע טעיפ מיט א נייע זינגער עפעס א שוועקי און ער וויל וויסן צו פינקי האט עפעס גיטע סחורה, פינקי דערמאנט זיך אז ער האט ערגעץ אוועק געלייגט א ניגון וואס ער האט געמאכט פאר דעם שוועקי, ער זוכט דאס אויף ווישט אפ די שטויב דערפון און שיקט עס אריבער מיט נאך אפאר אנדערע ניגונים וואס ער האט געמאכט אינצווישן, די ניגון איז אפגעזעצן ביי יוחאי דורכאויס די פראדוקשאן און איז נאר אריין אין טעיפ ווייל ער האט נישט געהאט עפעס בעסערס (די בעסטע ניגון אויפן טעיפ לדעתם איז געווען שמעתי), די רעשט איז היסטאריע...
די ניגון איז געווארן אזוי אויפגעכאפט אז די טעיפ האט פארקויפט מער ווי מרדכי בן דודס מאמינים בני מאמינים וואס איז ארויס געקומען שפעטער יענע יאר (די איינציגסטע מאל וואס סאיז געשען בעפאר אזא זאך איז געווען ביי אברהם פרידס חזק), סהאט געמאכט א איבערקערעניש אין די מוזיק אינדאסטרי און סיי שוועקי און סיי פינקי זענען געווארן וועלט בארימט
מהאט געהערט מעשיות פון א עלטערער גוי א וועיטער אין חתונה זאל אין קרית יואל וואס איז געשטאנען און געלאזט טרערן הערנדיג דעם ניגון, אידן וואס האבן תשובה געטאן און זיך צוריק געקערט צום וועג און קראנקע וואס האבן געשעפט הויפענס חיזוק און האפענונג פון רחם
די היסטעריע איז געווארן אזוי גרויס אז סאיז אפילו ארויס געקומען א טעיפ מיטן נאמען I'm sick of racheim מיט א ליצנות ניגון אז יעדע חתונה אדער שמחה בעט מען די מוזישאנס נאר צו זינגען רחם אז מווערט שוין קראנק דערפון, שפעטער איז ארויס געקומען א נאכגעמאכטע גירסה פונעם ניגון אויף אידיש אויפן טעיפ "רחם טאנץ" דורך קאליש וחבורתו
ערשט יעצט ביי די התנתקות אין ארץ ישראל איז פארשפרייט געווארן א ווידיאו וויאזוי מקומט אוועק טרייבן א משפחה פון זייער שטוב און די גאנצע משפחה אנשים נשים וטף זינגן מיט בכיות רחם...רחם..
http://213.8.193.29/msnvideo/Channel2/News8/Cohenfamely1.wmv
(אכטונג: די ווידיאו האט קול באשה)
ווי איראניש אז דער סאטמערער פינקי וועבערס ניגון זאל געזינגען וווערן ווען דער חלום פון ציונות ווערט צוברעקלט, דער בעל מחבר פונעם ניגון וואס וואוינט קעגן איבער ווי בעל ויואל משה ז"ל האט געבלוטיגט קעגן ציונות קומט צו הילף פאר זיינע אידישע ברידער די מתנחלים אין זייערע שווערע מינוטען, א הארצרייסענדע עפיזאד וואס פארלאנגט א הארצרייסענדע תפילה פון רחם..רחם..רחם..
דאס איז אבער זיכער, אז אויפן גאנצן כדור הארץ ווי סאיז דא א איד אין א קלעם אין א עת צרה, האט ער גרייט דעם ניגון רחם זיך אביסל אויסצווויינען און בעטן אויף די ישועה אויף די גאולה, על הבית הגדול והקדוש וואס מיר האפן און בעטן יעדן טאג אז סזאל שוין אויפגעבויט ווערן בביאת משיח צדקנו בקרוב בימינו אמן.
 |
|
|