דוב שורין
זכרתי ימים מקדם ווען כהאב געלערנט אלץ בחור אין א"י נאך סאך פארן אינטיפאדא פלעגן מיר פארברענגן ליל ששי ביי דוב שוריןס רעסטוראנט אין שער שכם נעבן דעם כותל, יעדן ליל ששי פלעגן מיר קאמזיצען אביסל ביי אים אין די כאטקע דארטען מיטן גיטאר און די געזאלצענע טשיפס (פרענט"ש פריי"ס בלע"ז)...
ער איז א אינטערעסאנטער אידל ר' דוב שורין, דא אין אמעריקא קען מען אים טרעפן חוץ אין קאנטרי יאסי יעדן חודש אויך אין מונקאטש ווי ער קומט דאווענען ווען ער איז דא, א תמימותדיג אידל מיט אייגנארטיגע אמונה פשוטה אין הקב"ה
פון די אלע טעיפס וואס ער האט שוין ארויס געגעבן אריין גערעעכנט אים צוזאמען מיט שלמה קארליבאך איז די מערסטע באקאנט די זייער אויפגעכאפטע ניגון "זכרנו נא" וואס איז געווארן א פאפולער חתונה ניגון
יעצט האט ער ארויס געגעבן א נייעם ניגון מיט א ווידיאו לכבוד די התנתקות, נישט עפעס מוראדיג אבער אינטערעסאנט מיטצוהאלטן, סהייסט ולא ינטשו
מקען עס זען דורך דא:
mms://msmedia.a7.org/arutz7/heb-perm/lo-yinatchu.wmv
אדער ביי זיין סייט:
http://www.dovshurin.com/
ווי פלעגט מען זאגן ביי אונז, משוגע משוגע, אבער זיס ווי צוקער..
 |
|
|