בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

נייע מאגאזין - JEWISH ENTERTAINMENT

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/10/2005 16:59 לינק ישיר 
נייע מאגאזין - JEWISH ENTERTAINMENT

א נייע אויסגאבע איז נארוואס ערשינען מיטן נאמען JEWISH ENTERTAINMENT (אין אידיש: אידישע אונטערהאלטונג) וואס זעט אויס צו זיין א געלונגענע ביזנעס אונטערנעמונג און איז געשטעלט בעיקר אויף די היימישע מוזיק אינדוסריע.

איך וועל נישט אריינגיין אין דעם פונקטליכן אינהאלט פון דעם מאגאזין, ווייל די צייט ערלויבט מיר דאס נישט אצינד, און ובעיקר ווייל איך וויל דאס לאזן פארן באגאאבטן מנהל ז.י. וואס ער קען זיך בעסער אויס אין דעם ליין פון מוזיק.

דא איז טאקע דער פלאץ אויסצודרוקן מיין פערזענליכער דאנק פארן זיידי פאר די געשמאקע אנאליזן וואס ער שטעלט צו כסדר, און וואס עס דערקענט זיך זיין ברייטע ידיעה אין דעם פעלד פון אידישע נגינה.

איך גלייב אויך אז ער האט דאס שוין געזען אבער דערווייל האט ער נישט געשריבן דערפון, וועל איך לייגן דא לתועלת הציבור עטליכע אינטערעסאנטע נקודות וואס ווערט דארט ארויסגעברענגט.

וואס איז מיר געווען דאס מערסטע אינטערעסאנט איז די פיר קורצע אינטערוויוא'ס מיט פיר פון די גרעסטע זינגער בדורינו, אנגעהויבן מיט – פארשטייט זיך – מ.ב.ד. און שוועקי און געענדיגט ביי מענדי זשרופי, און עפעס א נייע זינגער (ביי מיר איז ער ניי) יעקב יונג. עס וואלט געווען כדאי צו ברענגען די אינטערוויואען אין איר פולן טעקסט.

איינע פון די פראגן וואס דער אינטערוויוער פרעגט איז, וועם דו גלייכסט די בעסטע פון די היינטיגע זינגער'ס. כמעט אלע ענטפערן אז מרדכי און אברהם זענען די בעסט, אבער וואס איז מיר געווען העכסט אינטערעסאנט איז וואס מרדכי האט געזאגט. דער ערשטער אויף זיין ליסט איז פארשטענליך זיין זון יודל (איינער האט געהערט פון אים לעצטנס?...) און דער צווייטער איז... ליפא. איך וועל עס שרייבן אין זיין לשון:
Lipa is a major creative talent

אינטערעסאנט צו זען ווי דער מלך פון די היינטיגע זינגער, וואס אלע זענען מודה אז ער איז א יוניקאם א זעלטענהייט, האט געטראפן דעם איינציגן וועם אויסצורימען, אונזער ליפא.

אזוי אויך איז דא א לענגערע אינטערוויוא מיט ישראל לעם. אבער דאס וועט זיידיאנטשי שוין איבערגעבן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2005 20:22 לינק ישיר 

Hello Mr. Diplomat,
Yes I agree the magazine was done very nicely, and we will let Zeide give his analysis before I give mine.
But the question I ask is why are you surprised that MBD thought that ''Lipa is a major creative talent'' (a bit off on the grammar I think)?
There is no doubt that he is. Regardless if you are MBD, Zeide, or the average guy, everyone agrees that he is a major force in the jewish music world. Some of us might say that he is a little nuts,, but hey aren't we all?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/10/2005 21:16 לינק ישיר 

עס איז קלאר אז ער האט א חוש צו באצויבערן אלע וואס גלייכן נאר סיי וועלכע סטייל מוזיק ער נעמט זיך דערצו. צי איז עס לעילה ולעילה אדער ניגונים געקאפיט פון די ערגסטע פלעצער..

וואס איז נאר געווען אינטערעסאנט, עס צו הערן פון מרדכי'ן אז קיינעם האט ער נישט געקענט צושטעלן אחוץ אים.

(די לשון איז פון מרדכי אליינס, אדער פונעם ארויסגעבער)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/10/2005 06:55 לינק ישיר 

ברוכים הבאים דיפלאמאט!
וועסט מיר נאך דארפן אויסלערנען וויאזוי אראפצולייגן דיפלאמאטישע נגינה..

די נייע מאגאזין ווערט ארויסגעגעבן דורך עוזר באב"ד און זיין נייע קאמפאני "כנור מוזיק", סאיז זייער שיין צאמגעשטעלט אבער אביסל שוואך אין תוכן
http://www.kinormusic.com/

סאיז אויף די זעלבע סטייל און נוסח ווי שמח מוזיק האט ארויסגעגעבן נישט לאנג צוריק, די סארט מאגאזינען זענען געמאכט בעיקר בכדי צו מודיע זיין דעם עולם אז זייער מוזיק דיסטריביושען קאמפאני עקזיסטירט אויף די מאפע, צו שטופן זייער אייגענע סחורה, און נעלם ווערן נאך צוויי דריי מאל כאילו די ערד האט זיי איינגעשלינגען

די אונטערוויוס פון וואס די רעדסט זענען נישט ראוי אנגערופען צו ווערן אונטערוויוס, זיבן קארגע שורות מיט אויסגעדראשענע שאלות איז נישט עפעס פון וואס נתפעל צו ווערן, די איינציגסטע אונטערוויו וואס איז דארט אביסל לענגער איז מיט ישראל לאם אבער דער פרעגער ווייסט נישט וויאזוי צו פירן אן אונטערוויו

א ריכטיגע אונטערוויו איז אזויווי די אונטערוויו פון ידידיה מאיר מיט ירמי' דמן
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1144649

בכלל איז דעם סוכות געווען א פארפלייצונג פון אונטערוויוס כמעט אין אלע צייטונגען, כהאף אויב כוועל האבן געהעריג צייט צו ברענגן די מער אינטערעסאנטע

בנוגע ליפא איז שוין אסאך ארום גערעדט געווארן און סאיז א דבר פשוט אז ער איז מוראדיג טאלאנטפול, אין אנהייב פלעגט ער זיך לעקן צו מרדכי און די אנדערע גרויסע און ער פלעגט זיי נאכלויפן, היינט אנערקענט שוין יעדער אז ער האט זעלטענע כשרונות, סאיז דא וואס זאגן אז פארדעם איז א שאד אז ער מאכט זיך נעריש, און סדא וואס זאגן אז דאס איז א חלק פון זיין כח, כמיין אז ** (פון די גרויסע אין עולם הנגינה) האט דאס אמאל זייער גיט מגדיר געווען: ווי מ***ע ער איז, אזוי טאלאנטפול איז ער..

דא איז אן אלטע אשכול איבער די נושא
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1136983



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-2/11/2005 21:36 לינק ישיר 

איך האב געוויסט אז דער מנהל וואס האט ידיעות ווי א זיידע... בעניני נגינה וועט עס בעסער קענען אראפלייגן(קיין יאנטשי איז ער נישט...)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/11/2005 21:51 לינק ישיר 

Very diplomatic of you!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2005 17:25 לינק ישיר 

איך האב נעכטן אויפגעפיקט די צווייטע אויסגאבע פון עפל באנק אויף ליע עוו. עס זעט אויס נישקשה.

איך בין יעצט אביסל פארנומען, איך האף שפעטער וועל איך קענען אפגעבן א באריכט דערפון, ווי אויך מיכאלס אינטערוויוא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2006 18:14 לינק ישיר 

ווי שוין געזאגט איז די מאגאזין אינטערעסאנט צו בלעטערן אבער גאר שוואכע קוואליטי, מיכאלס אינטערוויו איז ממש טרוקן (חוץ די cartwheel שטיקל...) און סבלייבט בלויז איבער צו זעהן וויאזוי די ליפא אינטערוויו וועט אויסקוקן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > נייע מאגאזין - JEWISH ENTERTAINMENT
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext