בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

לאנגע מוצ"ש, א גיטע וואך!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/11/2005 21:48 לינק ישיר 
לאנגע מוצ"ש, א גיטע וואך!

היות סרוקן זיך אונטער די לאנגע ווינטערדיגע מוצ"ש זעמיר דא מייסד אן אשכול געווידמעט פאר די לאנגע מוצ"ש, דא וועט מען זיך צאמקומען און שמועסן וועגן פאסיגע ניגונים, זמירות מוצ"ש, עולם הנגינה, און סתם ענינים פאר די וואס גייען נישט צו אבות ובנים

א גיטע וואך!



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-13/11/2005 03:45 לינק ישיר 

נא זאג עפעס....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/11/2005 04:05 לינק ישיר 

א גיטע וואך!

צום ערשט לאמיר שמועסן אביל וועגן ניגונים וואס זענען צוגעפאסט לכבוד מוצ"ש, סדא אסאך ניגונים וואס מזינגט מוצ"ש א חלק איז דירעקט פארבינדן מיט מוצ"ש און א חלק זענען זמירות און פסוקי תהלים וואס מפירט זיך צו זאגן מוצ"ש און דערפאר קען מען עס אוודאי אויך זינגען

פון די שענסטע מוצ"ש טעיפס וואס זענען ארויסגעקומען איז אברהם פרידס "מלוה מלכה" ביי מיר ארבעט די טעיפ כמעט יעדן מוצ"ש

יעצט זינגט ביי מיר "אבינו מלכנו" (אתה חוננתנו) פון Solid Gold 2 געזינגען דורך מענדי וואלד, די שטיקל פון חשוכים מכל חטא ומנוקים מכל עון איז זייער שיין



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-13/11/2005 04:53 לינק ישיר 

I like a song thats on Mona three, I just forgot who sang the vocals on it I think It's called Shavua Tov,,,,,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/11/2005 05:03 לינק ישיר 

יא די מיינסט די צווייטע ניגון "המבדיל" געזינגען דורך יעקב זינגבוים, סהאט א טיפיקעל מונה שטיקל ווי די קאור שרייט "שבוע טוב"



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-13/11/2005 05:09 לינק ישיר 

טערריפיק! יא דאס איז די סאנג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/11/2005 05:18 לינק ישיר 

און אז מרעדט פון המבדיל ווי קען מען פארגעסן פון שלמהס המבדיל, א קלאסישע שלמה ניגון, די זעלבע איז מיט הנה קל ישועתי פון שלמה

איי איי ר' שלמה, ער קומט גיט צונוץ אין די לאנגע מוצ"ש



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-14/11/2005 00:56 לינק ישיר 

איך וואלט מיך געשעמט צו זאגן אז איך גיי נישט צו אבות ובנים און אנשטאט דעם זיך איך אויף די אינטערנעט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/11/2005 02:20 לינק ישיר 

אגודיסט טייערער נעם נישט אזוי צום הארצן יעדעס ווערטל.. מהאט חלילה נישט געמיינט קאלט מאכן דעם ענין פון אבות ובנים, פארקערט סאיז א חשובע זאך

סאיז אבער דא מענטשן וואס גייען נישט, צו ווייל די קינדער זענען שוין אלע פארהייראט (אזויווי זיידיאנטשי), צו ווייל זיי פארמאגן נאר טעכטער (אזויווי באבע צירל), צו פאר אנדערע סיבות וכדומה, אט פאר די מענטשן איז געווידמעט דער אשכול ווי מקומט זיך צוזאם זינגן זמירות מוצ"ש





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-14/11/2005 03:16 לינק ישיר 

זיידי ווער האט דיר געזאגט אז איך האב נאר טעכטער??

לעצטענס האט בעלז ארויסגעגעבן א טעיפ "נכספה" זיי האבן דארט זייער א שיינע ניגון המבדיל סאיז די לעצטע ניגון אויפן טעיפ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/11/2005 07:27 לינק ישיר 

דא האט איר די לינק,

הערטס און האט הנאה!

http://rapidshare.de/files/7607796/10-ae_____.mp3

(באקומען רשות פון די מנהל הפורום)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2005 03:43 לינק ישיר 

א גיטע וואך!

כהער יעצט הנה ק-ל ישועתי פון מרדכי אויף double album
כמיין מקען רואיז זאגן אז סאיז פון זיינע שענסטע טעיפס, א מחי' צו הערן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-22/11/2005 19:59 לינק ישיר 

באבי צירל:

און וואס איז מיט באקומען רשות פון יוסף משה כהנא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2005 07:08 לינק ישיר 

פרייליכע איד:

איך לייג ארויף די ניגון כדי מענטשען זאלן לויפען קויפען די סי די, וואס איך האלט פערזענליך אז עס איז זייער שיין,

סאיז נאר א סעמפעל (דוגמא)...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/11/2005 02:47 לינק ישיר 

א גיטע וואך!

מרדכי האט געהאט א שיינע מוצ"ש שטיקל אויפן טעיפ just one shabbos כהער עס יעצט און סאיז מלא טעם, ער הייבט אן מיט המבדיל, איז ממשיך מיט במוצאי יום גילה, און ענדיגט מיט א גיטע וואך

מיכאל שניצלער זינגט עס אויך אויף זיין צווייטע טעיפ "יום שמחתינו", ער לייגט עס גיט אראפ מיט צוגעלייגטע מוזיק (הארא) שטיקלעך פון יוחאי בריסקמאן, זייער געלונגען



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-4/12/2005 12:50 לינק ישיר 

א גיטע וואך!

די וואך פרשת תולדות איז דאך מעניני דיומא דער סדר "ויתן לך" וואס מפירט זיך צו זאגן יעדן מוצש"ק, אין ויתן לך איז דא אסאך פסוקים וואס האבן שיינע ניגונים, כוועל שנעל דורכגיין די ניגונים וואס כקען וכל המוסיף מוסיפין לו...

*ויתן לך*
צום אלעם ערשטן האב מיר טאקע די ניגון "ויתן לך" וואס האט כמעט נישט קיין באקאנטע ניגון חוץ פון מיכאל שטרייכער (Thank You) וואס האט אויף דעם זייער א שיינע ניגון און אפילו אביסל חסידיש

*המלאך הגואל*
נאכדעם איז דא "המלאך הגואל" וואס כמיין מהאט שוין געמאכט אויף דעם לכה"פ 20 ניגונים, די מערסטע באקאנט איז פון אברהם (עבי) ראטענבערג (אריגינעל אויף דביקות 4) וואס איז בשעתו געווען אויפגעכאפט אין די גאנצע וועלט און סהאט אפילו געהאט א גירסה אין אידיש דורך ר' יוסף משה כהנא אויף לחיים אידן

ר' משה גאלדמאן האט א הערליכע המלאך אויף יברך את הנערים (מתיקות) וואס מהאט גענוצט פארן שפיל המלאך הגואל, אויף יוסי גילס ועינינו תראינה איז דא א שיינע המלאך געזינגען דורך חזן העלפגאט, עמית ליסטוואנד (מלכים) האט אויך געהאט זייער א שיינע המלאך, אנדערע זענען משה אילאוויטש (ויעזור), אברומי פלאם (אזכרה), שלומי דאקס (One Day at A Time), ברוך אבוד (נצור), און נאך

*פצחו הרים רנה*
אויף משה גאלדמאןס לעצטע חגים וזמנים טעיפ (חלק ב) מלוה מלכה איז דא זייער א שיינע ניגון אויף דעם, גיט געזינגען מיט שיינע הארמאני

*כי בשמחה תצאו*
די וועלטליכע כי בשמחה איז זייער א שיינע ניגון און ווערט געזינגען איבעראל, כווייס נישט פונקטליך די מקור פונעם ניגון ווער סווייסט זאל ביטע מיטטיילן

*הנה ק-ל ישועתי*
האבמיר שוין אביסל דורכגעשמועסט דא אין דעם אשכול אין די פריערדיגע תגובות וכל המוסיף מוסיפין לו...

*ושאבתם מים בששון*
סדא די וועלטליכע ושאבתם מים בששון וואס איז שוין אויך זייער אלט און כווייס נישט די מקור דערפון, סדא א גערע ושאבתם מים מקען עס הערן אויף דוד ווערדיגערס ניגוני גור מלוה מלכה טעיפ, סדא א שיינע ושאבתם מים מארש פון דזשיקוב, אייזיק האניג האט געהאט א רואיגע ושאבתם מים פון ר' משה גאלדמאן אויף זיין ערשטע טעיפ (שמח), אזוי אויך האט אברהם פריד א שיינע שטייטע שנעלע ניגון אויף זיין מלוה מלכה טעיפ, און מרדכי אויף זיין אויבנדערמאנטע הנה ק-ל ישועתי ניגון זינגט אויך ושאבתם מים, סאויך דא א ושאבתם מים פון שלמה קארליבאך, און אז איינער וויל הערן זיסע תולדות אהרן יונגלעך זאגן ושאבתם מים בששון איז כדאי אויסצוהערן די תולדות אהרן שמחת בית השואבה טעיפ (וואס איז סתם אזוי א אויסערגעווענליכע לעבעדיגע חסידישע טעיפ)

*ואמר ביום ההוא*
די סאטמארע ואמר ביום ההוא איז א הערליכער שיינע ניגון קאמפאזירט דורך ר' יהושע מענדלאוויטש פון קרית יואל, סאיז שוין היינט אויפגעכאפט איבעראל און געווען איינע פון די היט ניגונים ביי די גרויסע סטרולאוויטש חתונה, ספעציעל שיין איז די חסידישע שטיקל פון "זה ד' קוינו לו", מזאגט אז כ"ק מסאטמאר שליט"א האט ספעציעל ליב געהאט די ניגון און פלעגט כסדר הייסן זינגן דעם ניגון

*יהי ה' אלקינו עמנו*
אויף מתיקות 3 האט אויפגעבליצט די הערליכע ניגון אויף די ווערטער, "אליו" פון פינקי וועבער, סאיז באמת זייער א שיינע חסידישע ניגון, חיים באנעט האט אויך א לעבעדיגע חסידישע ניגון אויף דעם (שלומי דאסקאל זינגט עס אויף זיין ערשטע טעיפ), סאויך דא א מער מאדערנע אבער שיינע ניגון אויף דעם פון אלי גערסטנער (די חברה 2)

*ואתם הדבקים*
אינטערעסאנט אז סאיז נישט דא קיין סך ניגונים אויף דעם, די איינציגסטע וואס כגעדענק איז פון יוסי גרין (ליסטיג לעבעדיג)

*כי נחם ד' ציון*
די מערסטע באקאנט איז גאנץ זיכער פון ר' משה גאלדמאן (על הר גבוה) וואס איז זייער א שיינע און אויפגעכאפטע ניגון, נאכדעם איז דא פון ר' חיים באנעט (אז נדברו), און אסאך וועלטליכע ווי צליל וזמר 4, שלשלת 1, מנחם פיליפ (שומר ישראל), און נאך

*וראה בנים*
די מערסטע באקאנט איז אוודאי די וראה בנים מיט וואס מראטעוועט יעדן בר מצוה בחורל ביים פשעטיל, א אלטע ניגון וואס כווייס אויך נישט די מקור דערפון, נאכדעם איז דא פון ויזניץ (המלך), און נאך אפאר וואס כקען מיך נישט דערמאנען (אויף דער עלטער..), מער מאדערנע איז דא פון יוסי גרין (ליסטיג לעבעדיג) אבער סאיז נישט באמת ראוי לעלות על שלחן מלכים, בפרט מוצאי שבת

כבין זיכער אז סאיז דא סאך מער און כבעט טאקע די חשובע חברי הפארום זאלן צולייגן וואס כהאב אויסגעלאזט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > לאנגע מוצ"ש, א גיטע וואך!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext