Music Podcasts & more
זייט עפל האט פארגעשטעלט די מושג פון פאדקעסט ווייניגער ווי א יאר צוריק איז עס געווארן משוגע אויפגעכאפט און סהאבן ארויסגעשפראצט טויזענטער פאדקעסטס פון יעדן נושא וואס איר ווילט און וואס איר ווילט נישט, אזוי ווייט אז סאיז יעצט אין די נייעס אז אקספארד דיקשענערי באצייכענט "פאדקעסט" אלץ די "ווארט פונעם יאר" און סגייט אריין גיין אין די נייע דיקשענעריס
http://tinyurl.com/cnqz6
וואס איז פאדקעסט?
פאדקעסט איז בעצם אזויווי רעדיא נאר צוגעשטעלט אין דידזשיטעל אז מזאל עס קענען דאונלאודען און הערן ווען מוויל און אזוי אויך אויטאמאטיש באקומען ווען די נעקסטע שאו איז ממשיך (רוב גרויסע רעדיא שאוס שטעלן טאקע שוין היינט צו פאדקעסטס אזוי קען מען אויסהערן דעם שאו אן עדווערטייזמענטס און מקען עס אפשטעלן ווען מוויל, גיין אויף צוריק אדער ווייטער וכדומה)
ווער סנוצט אייטונס קען גרינג צוקומען צו רוב פאדקעסטס, אז מטרעפט עפעס וואס מהאט ליב קען מען זיך איינשרייבן בחינם און יעדעס מאל סקומט צו א נייע עפיזאד ווערט עס אויטאמאטיש דאונלאודעד, למשל סדא פאדקעסטס שיעורים פון חב"ד, אש התורה, און נאך, אז משרייבט זיך איין אין א פרשת השבוע פאדקעסט וועט מען אויטאמאטיש באקומען דעם נייעם שיעור/פרשה ווען די צייט קומט אן
אין עולם הנגינה האט זיך שמח מוזיק ארויפגעכאפט אויפן וואגן און געמאכט א פאדקעסט וואס קומט ארויס כמעט יעדע וואך און צומאל עטליכע מאל א וואך, משמועסט דארט דורך נייע און אלטע ניגונים און מגעבט צו הערן אביסל נייע סחורה, הגם לדעתי איז די תוכן דארט אביסל טרוקן אבער דאך איז עס אינטערעסאנט - בעיקר פאר זייער מארקעט
מקען ערווארטן אז סוועט זיך מיט די צייט פארמערן נאך אזעלכע פאדקעסטס, ווייל ווער האט נערוון אויסצוהערן נחום סיגעל מיט אלע עדס ווען מקען הערן די זעלבע דורך פאדקעסט אן עדס און ווען סאיז פערזענליך דאס מערסטע באקוועם
די שמח מוזיק פאדקעסט:
http://sameachmusicpodcast.libsyn.com/
שיעורים:
http://www.chabad.org/generic.asp?AID=298447
http://www.aish.com/ppg/
מקען טרעפן נאך שיעורים אין אייטונס דורך זוכן:
daf yomi
the shmuz
און נאך
שמעו ותחי נפשכם!
 |
|
|