Hasc 19
היי יעריגע העסק קאנצערט וועט אזויווי פאראיאר כמעט נישט האבן קיין גרויסע נעמען ווי מרדכי, אברהם, וכדומה, (נאך גרויסע אינערליכע מחלוקת וועט אויהד ווארשיינליך אויך נישט ערשיינען), אפילו שיע מענדלאוויטש וועט היי יאר נישט זיין א חלק פונעם אווענט און סווערט אנגעפירט אנשטאט דורך דינג
http://www.hascconcert.com/
סאיז מעגליך אז די ארגאנאזירער גלייבן אז היות מפארקויפט סייווי אויס אלע טיקעטס געווענליך, נו וואזשע דארף מען ספענדן שווערע אלפים אויף היי פראפייל זינגערס?
סקען זיין אז זיי זענען גערעכט און דער עולם וועט ווייטער קומען מחזק צו זיין דעם חשובען מוסד, אבער סאיז זיכער אז סהאט פארלוירן דעם גלאנץ פון אמאל, כמיין, געבטס מיר א גיטע סיבה פארוואס כזאל מיך אראפשלעפן הערן שרולי וויליגער נאכמאכן אנקעל מוישי, צוקוקען וויאזוי שוועקי איבערצייגט יעדן אז ער איז נישט דעדי, אויסהערן אלי גערסטנערס אומגעלונגענע מנוחה, אדער גאר דורכזיצן אפאר שלשלת ניגונים מיט זייערע אמונה שמועסן...
כוועל ענדערש בלייבן אינדערהיים און ענדזשויען די צייטן ווען העסק איז יא געווען אינטערעסאנט,
http://video.google.com/videoplay?docid=-9145361699848232554
און אוודאי אויך אריין שיקן א טשעקל צו העסק שלא ע"מ לקבל פרס
 |
|
|