| נשלח ב-21/2/2006 22:07 |
|
| |
אונטערן באנק 2 - חוה"מ פסח תשס"ו
נאך די גרויסע הצלחה פונעם ערשטן שפיל "אונטערן באנק" (וואס איז ממש לעצטענס ארויסגעקומען אויף סידי און גאר
פראפעשענל אויף דיווידי) איז דא שמועות אז דער הויפט פראדוצירער אליעזר נייהויז מאכט שוין די נויטיגע הכנות צוצושטעלן נאך
א שפיל - ווארשיינליך בעסער און שענער - פארן קומענדיגן חוה"מ פסח הבעל"ט
סאיז ערווארטעט אז א חלק פון די עקטערס וועלן זיין: ארי גליק, חיים יודא האפפמאן, יחיאל ליכטמאן, שמעי ענגל, און נאך
נייהויז האט אסאך עקספיריענס אינעם פעלד פון פראדוקשאנס (פון אלע סארטן), איז טאקע צום האפן אז ער וועט מצליח זיין
יעצט ווען ער גייט דירעקטן דעם שפיל אויך פאר ערוואקסענע און נישט בלויז פאר קינדער, סהייסט אז מוועט מער אינוועסטן דאס
מאל אין א פראפעשענעל אודיטאריום ווי אויך אין פראפס, סינערי, קאור, וכדומה
ווער סווייסט מער אינפארמאציע איז מכובד מזכה צו זיין דעם עולם
|
|
|
|
| נשלח ב-7/3/2006 22:20 |
|
| |
איך וויל שרייבען א שטיקעל אנאליזע אויפען שפיל. דאס איז, פארשטייט זיך, מיין פערזענליכע מיינונג.
קודם די געלונגענע זאכען: עס זענען דארט געוועהן פיר גוטע שפילער, ארי גליק (וואסא), חיים יודל האפפמאן (קיסר), ארי אבראמאוויטש (דאקטאר רפאל'ס זוהן) און ?????? (דאקטאר רפאל).
די פראפס זענען געוועהן זייער פראפעשינאל און האבען ממש געמאכט פילען כאילו די צוקוקער וואלטען געוועהן אין יענעם ארט.
א שטיקעל א געוואגטע זאך, אבער דאך געלונגען, די גוי'אישע טענצער.
דער choreography, דהיינו ווי אלעס האט געקלאפט איז געוועהן נתפעל צו ווערן (פארשטייט זיך אז רוב טעותים ווייסט נאר דער דירעקטאר און די שפילער, אבער כאטש למראת עין איז געוועהן גוט).
יעצט די חסרונות:
טייל פון די שפילער זענען געוועהן זייער שוואך, צ.ב.ש. דער רב - דאס איז באמת א חלק וואס קומט נישט אריין און אויב וויל מען עס יא מאכען דארף עס ווערן גוט געמאכט. עס זענען געוועהן נאך אנדערע שוואכער שפילער וואס האבען געהאט וויכטיגע שטיקלעך אבער אין טעם להאריך.
די מעשה איז נישט געוועהן ארויסגעברענגט ווי עס דארף צו זיין, און בכלל איז די גאנצע storyline גאנץ א שוואכע. 1) בו בזמן ווען איך וואלט געדארפט שפירען א שטארקען האס צו וואסא האב איך מיטגעזינגען 'וואסא, אהא אהא' און אפי' ביים סוף פונעם שפיל האב איך איהם נישט פיינט געהאט. 2) דער אנגעשטרענגטע relationship צווישען רפאל און זיין זוהן האט מען נישט גענוג ארויסגעברענגט, און בכלל איז דער גאנצע קערעקטער פון דאקטאר רפאל'ס זוהן געווהן איינס מיט אסאך נישט אויסגענוצטע פאטענציאנאל. 3) עס ווערט נישט ארויסגעברענגט וואס פארא חלק, אויב בכלל, האט וואסא געהאט אינעם קריג מיניסטער'ס מחלה 4) לאצי איז עפעס נישט אהין און נישט אהער. מצד אחד האט ער מיר נישט געמאכט לאכען (פון צייט צו צייט שמייכלען). מצד שני האט ער נישט געמאנט קיין עהרע. ער איז אויך עפעס א געמישעכטס פון שטאטס נער און כיטערע חכם. 5) בכלל, איך האב נישט געפילט קיין מיטלייד אדער פחד מיט דעם דאקטאר'ס שיקזאל. עפעס האט געפעלט פונעם גאנצען הלוך ילך.
לסיכום, איך האב הנאה געהאט צו זעהן דעם שפיל צוליב דעם כלליות'דיגען proffesionalism און געלונגענעם עקט פון די אויבערדערמאנטע נעמען, אבער עס איז ווייט פון א גוטע שפיל. א דוגמא פון א גוטע שפיל איז א סליחות נאכט אין קיוב - דארט האב איך געוויינט ווען מען האט געשלאגען דעם קינד, געציטערט פארן גורל פונעם טאטן און פיינט געהאט דעם גובערנאר.
 |
|
|
|
|
|
|