בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

געקומען די רייע אויף וויזניץ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/4/2006 19:42 לינק ישיר 
געקומען די רייע אויף וויזניץ

וויזניץ מאנסי האט קיינמאל נישט ארויסגעגעבן קיין טעיפס. אבער וויזניץ ב"ב פלעגט כסדר
ארויסגעבן טעיפס פון פרישע ניגונים באגלייט מיט אלטע ניגונים פון האמרי חיים מוויזניץ, ולמעלה
בקודש.

די ניגונים פון ויתנו לך כתר מלוכה, און אויף די זעלבע טעיפ כבודו מלא עולם וואס מען הערט דעם
וויזניצער רבין עס אליין זינגען (א חידוש נפלא אויף א קאסעטע, וואס איז שוין נאכקאפירט
געווארן אויף אנדערע טעיפס). אויך איז דא די באקאנטע וויזניצער הללוקה אודה. (דער אינגל אויפן
טעיפ ליגט מיר גוט אין די ביינער...).

וויזניץ דארף ארויסקומען מיט א טעיפ פון אלע אלטע ניגונים אז די וועלט זאל הנאה האבן.

די שבת'דיגע קה אכסוף (מער א באגריף ווי א ניגון). די ברוך אלקינו שבראנו לכבודו (א ניגון
וואס איז מוראדיג התרגשותדיג). מנוחה ושמחה. נענועים. ועוד ועוד.

וויזניץ, מען ווארט אויף אייך!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/4/2006 22:11 לינק ישיר 

אהלי;

דאכט זיך אז די "חידוש נפלא" (לפי דבריך) פון ארויפשטעלן א ניגון געזינגן מפי קדשו פון א אדמו"ר אויף א טעיפ, איז נישט נתחדש געווארן דורך וויזניץ, דאס האט שוין חב"ד געטאן ביי זייערע קה"ת טעיפס וואס זענען עלטער פון אלע חסידישע טעיפס (לענ"ד), ווער געדענקט "צמאה לך נאאאפשי"...?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/4/2006 21:15 לינק ישיר 

איך מיין אז מאדזיצע טעיפס זענען עלטער פון חב"ד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > געקומען די רייע אויף וויזניץ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext