בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

נייע געדאנק: אינעם קאמף קעגן קאפיען מוזיק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/5/2006 06:10 לינק ישיר 
נייע געדאנק: אינעם קאמף קעגן קאפיען מוזיק

מענדי ווערדיגער פון "אדרת" און "מאסטלי מוזיק" איז אויפגעקומען מיט א נייעם געדאנק וויאזוי צו באקעמפן דאס וואס מענטשן
זענען זיך מורה היתר צו קאפיען מוזיק, דער פלאן לויטעט אז אנשטאט צו "פארקויפן" די מוזיק סידיס אזויווי ביז היינט, וועט מען
סך הכל "פארדינגען" דעם סידי, און וויבאלד מענטשן וועלן בלויז דינגען די רעכט 'אויסצוהערן' די מוזיק אויפן סידי, וועט מער
נישט זיין קיין ספק אז אויב מען גייט און מען מאכט קאפיעס איז דאס געהעריג גניבה ע"פ תורה לכל הדיעות.

דא איז דער בריוו וואס ער האט ארויס געשיקט:

-----------------------------------------------------------------------------


From: Mendy Werdyger

Dear Friend

As we all know, the Jewish music business has been plagued with unauthorized copies. Many are copying & file
swapping etc. Especially lately, with the advent of MP3, where its very easy to transfer many songs in split seconds

Our livelihoods are at stake. I have been pondering how to tackle this for a very long time, & I'm sure everybody else
was also thinking, how to stop this robbery of our livelihoods

By the way, I just heard today, that there is a yungerman in Lakewood that transfers songs to IPOD for FREE. When
asked why, he said that Reb Dovid Cohen says its muttar. Whoever can do something about that, should do so
ASAP. Perhaps Reb Eli Cohen can help

Also, I was asked many times by customers that called Mostly Music, if they are allowed to transfer songs to their
friends IPODS. Many people really dont think that there is anything wrong with it. Thats why its so much more
important to counteract on this issue

I recently came across a Sefer by the title of Emek Hamishpat Volume 4 "Zechuyot Yotzrim" its a 500 page Sefer
detailing all the Shitos concerning copying. Anyway, there is a Nusach in that Sefer, that, according to the Mechaber
of that Sefer, Harav Yakov Avrohom Cohen, will prohibit copying according to ALL of the Rabbanim. [By the way, he
will be in New York in the next couple of days. If you want to contact him for any reason, I will get you his cell
number] I translated the nusach into English, so that we have it in both Loshon Hakodesh & English. Basically, its a
rental
agreement, not a sale

A product can be rented with any restrictions that the renter [in this case, the artists, or copyright holders] wants the
rental terms to be. Read the agreement & you will understand

see this link
http://www.shirulo.com/articals/art452/art452.asp

I think that its very important to get as many artists as possible to be part of this "Rental only" situation. On the new
CD's , we should have the Agreement in full on the inside, & on the back of the CD, a WARNING: This product is not
for sale. You can only rent this product as per the rental terms. Ask your store for a copy, or online at
www.mostlymusic.com/??????

On the older CD's, there should be a sticker with a similar message

We should also put up posters in all the streets & in all of the Jewish papers, about this new approach. I think that it
definitely will help to stop this problem. Even if it doesnt help all the way, it will nonetheless help in some way

If you have any suggestions, I'll be glad to implement them. We are also going to need some money to get the
message out. I am willing to help get this thing out to the street, but i also need your help. Let me know, how much
you want to contribute. I've already spoken to some newspapers about getting some free space to advertise & they
agreed

- Here is the language for the posters & ads -

No More Sales

The owners Jewish music & movies & computer programs are having a major problem. It is called file swapping or
copying - that is when someone emails or copies a song or file & gives it to a friend. Hundreds of thousands of
dollars are lost every year due to these unauthorized copies. We, the owners of these produts, make our parnassah
from these CD's, tapes, programs etc. Our livelihood is suffering in a very distinct manner

There are many who found Heteirim [Loopholes] to allow them to copy. First of all, according to most poskim copying
is not allowed at all. Harav Moshe Feinstein, Minchas Yitzchok, Harav Eliyashuv, Harav Wozner, Harav Fishel
Hershkowitz & many more [See the attached letters, see also the Sefer Emek
Hamishpat Vol. 4-Zchuyot Yotzrim - 500 pages] have ruled that copying is assur [forbidden]

Would you eat meat that according to most poskim is assur? Then, why would you want to play with Lo Sigzol?

We spoke to Rabbinical authorities about the copying problem & they came up with a nusach [agreement] to
which ALL Rabbinical authorities agree - it is a rental agreement- not a sale. This agreement allows the renter to
specify exactly what type of usage will be allowed by the renters.

This is going to be the ONLY way that we will distribute our music, movies & computer programs in the future




חוזה שכירות
מוצר זה הושכר אך ורק לצורך שמיעה והשתמשות אישית שאינה ניתנת להעברה. ולא הושכר בו הזכות והאפשרות להעתיקו, ו/
או להשאילו ו/או להשכירו למי שלא יימנע מלהעתיקו בעצמו או ע"י המשתמשים מכוחו, ו/או לעשות בו כל סוג שימוש הנעשה
לצורך אחת מהמטרות הנ"ל. והמוצר כולו בחזקת המשכיר כלפי כל השימושים והזכויות הנ"ל. ואין לשוכר ו/או באי כוחו שום
מוחזקות בו ו/או תפיסת יד ו/או זכות מכל סוג שהוא, והוא אינו רשאי להשתמש בו לשום מטרה מעבר לשמיעה ושימוש אישי.
תקופת השכירות הינה לעשרים שנה, והמשכיר ובאי כוחו מתחייבים להאריך את השכירות לעוד עשרים שנה, אם השוכר יקיים
את ההוראות הנ"ל, ולאחר מכן אם המוצר יישאר קיים יחזירוהו במצבו, ובתנאי שהמשכיר ידרוש זאת מהם אישית. התמורה
ששולמה כוללת תשלום תמורת אפשרות הארכת השכירות. התמורה לא תוחזר בשום מצב למעט אם המוצר פגום כעת.




Rental Agreement
 
This product will be rented to the Customer with the following conditions :
 
This product will only be used for personal listening / & or viewing purposes. This right cannot be transferred to
anyone else
 
The rental does not allow the renter, the rights to copy &/or lend &/or rent this product to anyone that will not
refrain from copying the product either for themselves, or through a representative, &/or use it for any of the above
purposes

This product is assumed to be totally in the possession of the renter for Halachic purposes, in regard to all of the
uses & rights outlined above
 
The renter &/or their representatives, do not have any possession or presumption of the product, or any rights to
the product, other than listening or viewing the product for personal purposes only
 
The duration of this agreement will be for a period of 20 years from the date of transaction
 
The renter &/or representatives hereby obligate themselves to extend the rental period for another 20 years, if
the renter adheres to the conditions of this agreement. After that period, if the original product still exists, the renter
will return it in its condition at that time, [only if the renter will personally demand the return of the product]
 
The monies that were paid for this rental include the possible extension of this agreement beyond the first rental
period of 20 years
 
The monies paid for this rental will not be returned in any case

If product will be found to be defective within a reasonable amount of time from transaction date, the renter will
replace the product


Signatures of artists, & all copyright holders

Please send to other Jewish music Artists




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-29/5/2006 20:23 לינק ישיר 

נו, וואס האלט דער עולם? וועט דער פלאן טאקע זיך אויסארבעטן אדער איז דאס סתם א גיטע טעאריע וואס וועט למעשה נישט אנהאלטן במציאות? לפענ"ד איז דער פראבלעם בעיקר אינעם פאקט פון הרגל נעשה טבע, אדרת קומט דא מיט א יסוד אז די סיבה פארוואס רוב מענטשן זענען זיך היינט מורה היתר צו קאפיען איז דערפאר ווייל ע"פ הלכה איז נישט הונדערט פראצענט קלאר אז ווען איינער קויפט א סידי מעג ער נישט מאכן דערפון קאפיעס, (רוב פוסקים האלטן טאקע אז מען מעג נישט אבער סזענען דא פוסקים וואס האלטן אז ע"פ הלכה איז נישט אזוי פשוט), דער אמת איז אבער אז רוב מענטשן טראכטן ליידער נישט צופיל אריין אינעם הלכהדיגן חלק דערפון, נאר פונקט ווי מען האט נישט קיין שום פראבלעם צו פארבארגען א ביכל פאר א חבר אדער משפחה וואס דער פועל יוצא דערפון איז אז יענער וועט לכבוד דעם נישט קויפן דעם בוך, שפירן רוב מענטשן אז געבן א סידי פאר א משפחה אדער חבר איז נישט קיין ביג דיל, און דאס האלט כנישט וועט זיך טוישן וויבאלד סאיז א השכרה און נישט קיין מכירה די איינציגסטע תועלת וואס כזעה קען ארויס קומען פון דעם גאנצען קאמפיין, איז פשוט אז מענטשן וואס ווילן באמת נישט נכשל ווערן אין חשש גזל וועלן אפשר יעצט מער איינזעהן דעם חומר הענין און באמערקן אז מען רעדט דא פון עניני גניבה וגזילה



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-29/5/2006 21:10 לינק ישיר 

איך האלט אז ווילאנג מען קען נישט טעכניש אפשטעלן דאס קאפיען, איז די בעסטע אויסוואל צו אינטעשרייבן א קאנטראקט מיטן קויפער. אויף יעדע סידי-טעיפ זאל מיטקומען ארויפגעקלעבט א קאנטראקט וואס דער לוקח זאל דארט אריינשרייבן זיין נאמען טעל און חתימה (אינטערשרייבן אויף א געהעריגע קאנטראקט כמבואר בספר עמק המשפט), און די צעטל זאל דער געשעפטסמאן אוועקלייגן און צוריקגעבן פארן דיסטריביוטער. איך האב אין מיין באזיס א גאר פעסטע קאנטראקט פאר א פראגרעם וואס בינד געצליך צו דעם לוקח, און אויב ער איז עובר אויף די תקנות קען מען אים סוען אויף מיליאנען! (ער שרייבט עס אליינס אינטער). דער יסוד וואס ער לייגט אראפ אז מען טוט עס ווייל מען איז זיך מורה היתר, קומט פון דעם וואס ער לייגט זיך נישט אריין אין יענעמס מצב, ער מאכט די טעיפס וועט ער עס נישט קענען פארשטיין, ווען מען וועט איינעם צודריקען צום וואנט וועט ער טאקע דאס ענטפערן אז עס איז דא היתרים וכו'. אבער מענטשן קוקן נישט אויף די היתרים ווען עס קומט זיך צו שפארן געלט, מען טוט עס ווייל אזוי "קומט עס". דו ווילסט מאכן געלט פון מיר, און איך שפיל דיך אויס. (מער ווייניגער מיטן מחשבה: דו רייבסט דאך שוין סייווי מיליאנען). תוקן על ידי - אהליצדיקים - 29/05/2006 21:39:51



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 02:36 לינק ישיר 

אהלי צדיקים, כבין שטארק מסופק אין דיין עצה וועגן א קאנטראקט צוליב די פשוטע סיבה אז סאיז זייער נישט פראקטיש, אויב וועט מען דאס פרובירן צו פראקטיצירן הלכה למעשה וועלן רוב מענטשן זאגן מוחל טובות, קיינער וויל נישט זיין פארנומען אין א געשעפט אונטערצושרייבן א הסכם מיט א גאנצע פראטאקאל, מענטשן ווילן אריין גיין אין געשעפט, נעמען א סידי, באצאלן, און ארויס! סאיז גענוג וואס מדארף שטיין אין ליין א האלבע שעה אין באנק, אבער פאר א נייע טעיפ? (מרעדט נישט פון געשוואיורענע מוזיק משוגעים ווי אונז.. די סארט חברה האבן נישט קיין תקנה...) אז מקען עס נישט מאכן טשיק טשאק אזויווי מקויפט א צייטונג, איז נישט. איי וואס וועט מען טון? מוועט זיך שוין א עצה געבן (אפשר קאפיען פון איינעם וואס איז יא אריבער דעם גאנצען צערעמאניע...) און בכלל, די רעדסט וועגן א הסכם ווי מען קען יענעם קלאגן, ווער וועט נאכגיין די זאך צו מקאפיעט אדער נישט? און וועמען וועסטו גיין קלאגן? אז מוועט שוין יא וויסן פון איינעם וואס האט געקאפיעט וועט מען אים גיין רודפן און רופן צו דין תורה פאר פופצן דאלער? דאס וואס די דערמאנסט קאמפיוטער פראגראמען, איז טאקע זייער א גיטע משל לענינינו, אבער פארקערט, ווייל איך און די ווייסן אז "כמעט יעדער" נוצט געגנבעטע פראגראמען און עולם כמנהגו נוהג



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/5/2006 09:24 לינק ישיר 

"There are many who found Heteirim [Loopholes] to allow them to copy."

ס'גיפעלט מיר ווי אזוי מענדי ווערדיגער רעדט זיך אפ אויף די loopholes וואס מ'איז זיך מורה היתר צו קאפיען סי.די'ס. ווען ער אליין האט געטראפן א loophole צו לייזן זיין פראבלעם.

"רוב פוסקים האלטן טאקע אז מען מעג נישט אבער סזענען דא פוסקים וואס האלטן אז ע"פ הלכה איז נישט אזוי פשוט"

ווער זענען די רוב פוסקים? איסור השגת גבול איז נאר אויף צו פארקויפן ווייטער. ע"פ הלכה, עקזיסטירט נישט אזא זאך מושג פון Intellectual property rights אין copyright protection.

איך האב פערזענליך געפרעגט א חשובע מורה הוראה וואס האט מיר געזאגט אז ס'איז נישט דא קיין שום פראבלעם להלכה צו קאפיען א טעיפ. וואס יא? ס'קען אפשר אריינגיין בגדר פון ואהבת לרעך כמוך - מה לעלך סני וכו'...

למעשה, פאר די מוזיק אידוסטרי איז ביטער. וואס טוט מען? לענ"ד קען מען מיט גיוואלד גארנישט טוהן, וואס יא? מען דארף אפעלירן צום עולם מיט גוטן, צום יושרדיגן גוטער חלק וואס יעדער ערליכער איד פארמאגט. קיינער זוכט דאך נישט יענעם שלעכטס צו טוהן. ס'איז מיר שטארק געפאלן וואס שולי ראנד האט געטוהן אויף זיין די. ווי. די. (אושפיזין) ווי ער בעט אז ווער ס'האט דאס געזעהן אויף אן unauthorized copy זאל מוחל זיין אין אריינשיקן פינף דאלער.

די מוזיק אינדוסטרי וואלט געדארפט איינפירן ארויפצולייגן א ריקארדינג אויף יעדן טעיפ וואס זאל זיין ארויפגעלייגט אויפן סוף פונעם לעצטן ניגון וואס זאל זאגן בערך אזוי, "מיר האפן אז איר האט הנאה גיהאט פון הערן דעם טעיפ, אויב האט איר גיצאלט פארן טעיפ, זאגן מיר אייך א גרויסן ישר כח. טאמער האט איר געקאפיעט דעם טעיפ, אויב ווילט איר נאכאמאל הערן דעם טעיפ, ביטע שיקט אריין פינף דאלר צום פאלגענדיגן אדרעס און מיר וועלן אייך מוחל זיין במחילה גמורה.

אויפן דעקל זאל מען שרייבן דעם זעלבן נוסח אין אפשר צושרייבן "אז איר מאכט קאפיעס, ביטע שיקט אריין 5$ פאר יעדן קאפיע וואס איר מאכט און מיר וועלן אייך מוחל זיין במחילה גמורה".

In sales jargon it's called an implied threat. Harmless, but carries a punch.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 14:20 לינק ישיר 

נו אהלי צדיקים , דיין קאנטראקט האט דיר עפעס געהאלפען? כ'גלייב נישט!
די איינציגע עצה איז עס צו מאכען ביליגער אז עס זאל זיך לוינן צו קויפן.
איך למשל באנוץ זיך נאר מיט סי-די'ס וואס איך קויף, גענוג מאל באדערט מיר אז כ'האב געספענד אזוי סאך אויף א סי-די וואס איז נישט אזוי שיין, אדער אסאך מאל האלט איך מיר צוריק פון קויפן א סי-די ווייל דער זינגער איז מיר נישט ווערט צו צאלען אזוי סאך פאר אים.

ביי פראגראמן קען מען מאכען פראטעקשענס אז מ'זאל עס נישט קענען קאפיען תוקן על ידי - כורמיזא - 30/05/2006 14:22:32



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 14:37 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט איין זאך, פארוואס מוזען אונז יידעלעך אלעמאל זייו צוריקגעשטאנען. "עפל קאמפיוטערס" איז אויפגעקומען מיט א רעוואלוציאנערישע פלאן, צו פארקויפן טרעקס אויפן אייטיונעס, א דאללער א טרעק, זאלן זיי שיקן אלע זייערע טרעקס צו עפל אפלצולאודן אויף אייטיונעס, קודם וועלן זיי מאכן געלו פון די טרעקס וואס ווערן פארקויפט, צווייטענס, זענען די טרעסק פראטעקעט מען קען עס נישט גרינג קאפיען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2006 18:15 לינק ישיר 

Hi guys, welcome back    0!

On this very sticky topic of copying music files, we need to first look at the root of the problem, who are the greatest offenders? Are they the majority of potential customers, the average Moshe Yankel, or are they the buchurim in yeshiva? (Perhaps the buchurim ARE  the majority of album buyers today     0?)

Also, are they copying music because it is convenient, no shlepping down to the store, downloading it to your 'puter, uploading it to your portable device etc. etc., or is it an issue of cost? Simply that it is too expensive to go out and buy it     ?

In regards to a contract, I don't really see how that's going to help much, most CD's today already have little messages like, ''sold with a ''tnay'' that it won't be copied'' etc. does that help? A contract MIGHT make people more aware as to what they are doing, but between me and you, you go out and buy a CD, your friend IM's you, hey did you get the new CD, you say yes, he says great send it over, I wanna hear it, what are you gonna say? No, go buy your own? , most people will just send it over.

Zeidy the contract is really no big deal to sign, it can be a preprinted thing that comes out with your credit card receipt, takes a second.

In regards to Mendy's loophole,,, wow Salmon you really hit the nail on the head, is it permitted, or is it prohibited? A simple question,,,, are we allowed to copy music, or not. It might be a good idea for poskim to give out a unilateral psak, but perhaps that's asking for too much……….

Making the CD cheaper, hmmmm, that's a thought, but again, are people copying 'cause it is to expensive to buy?, or because it is just easier?

Apple iTunes, it will make it easier to download music, yes, but if people are just not in the mood to spend money on jewish music, you have gained nothing, as it is still very easy to copy the tunes.

So whats the answer? I really don't know, perhaps a combination of everything, making it cheaper, as well as making it available as iTunes, and a clear psak? Like I said, this is a tough one!

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 19:33 לינק ישיר 

All valid points Yesterday a frum bochur came over to me and asked if my father (M. Goldman) permits coping his 'old' tapes I gave him a look He says his Dayan said (among other things) that he needs permission from the producer especially if the tape is still available for sale I said ALL my father's tapes are still available in the stores AND he does NOT let copying The buchur was happy to hear a clear statement and was not going to copy now He said that the matzev is horrendous in this subject by his friends For Temimos-dige yiden this might help -------------------- For the crooks out there you might want to know that I heard today that two gentleman went down to a chevra-man who has been selling other peoples music as mp3 with out permission and they forced him to erase all music on his computer write there these people are VERY angry indeed watch out



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2006 19:35 לינק ישיר 

BTW many of M. Goldman tapes/CDs are now available at very cheap prices in the stores



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2006 19:41 לינק ישיר 

יאסלע That's interesting You are saying that the mp3s Apple is selling off there itunes music store has some sort of copy protection in the mp3? If some one buys the song downloads it to his iPod or iTunes software in his computer isn't possible to connect someone else's iPod and drag the song in there? i



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2006 23:07 לינק ישיר 

זיידי, איך זעה נאכנישט די ביג דיל פון חתמנן א שטר. און מען רעדט נישט למעשה פון תובע זיין, נאר יענער זאל וויסן אז אויב כאפט מען אים איז נישטא קיין שום פראבלעם אים צו מאכן פאר א ארימאן אין איין רגע. פונדעסטוועגן נאכן ליינען סעמאן פיש'ס תגובה האלט איך ליבערשט אז דאס איז די ריכטיגע צוגאנג. קען מען קויפן פאר די גאנצע אפיס און די צווייטע און דריטע קאסט שוין ביליגער. אזוי זאל אויך זיין ביי סי דיס. פארשטייט זיך אז עס זאל נישט זיין קיין לכתחלה'דיגע זאך, אבער אנהויב די ערשטע טרעק זאל קומען א מעסעדזש אז אויב האט מען נישט די ארגינעלע האט מען די ברירה אריינצושיקען פינף דאלער און מיר וועלן מוחל זיין במחילה גמורה "על תנאי אז איר געט דאס נישט ווייטער". נאך א אינטערסאנטע עצה וואס איז זייער ענליך צו יוסעלעס עצה. צו פארקויפן באזונדערע טרעקס אין די סטאר (אזויווי מען פארקויפט די ידיעות קארדס וכדו'). עס זאל קומען אין סידיס. א טרעק זאל קאסטן איין דאלער. -11 טרעקס פאר 11 דאלער. פארשטייט זיך אז א מענטש מיט א געפיל וועט קויפן די גאנצע סידי פאר פופצן דאלער, ווייל ער דארף זיך נישט ארומשלעפן מיט 11 סידיס. די אויפטוה: א מענטש הערט אין סטאר א שיינע ניגון, ער וויל קויפן נאר דעם ניגון, פאר א נישטיגע איין דאלער האט ער עס. ווען ער האט נישט די ברירה וועט ער קאפיען פון אנדערע, "פאר איין ניגון דארף איך צאלן פוצן דאלער?" קאפיען: עפ"י חשבון וועט עס היפש עלימינירן דאס קאפיען, ווייל מען קען עס באקומען פאר שפאט ביליג. דאס קען גאר זיין אין צוגאב צום אויבנדערמאנטן עצה פון די פינף דאלער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2006 18:36 לינק ישיר 

א סי די פאר יעדן ניגון איז בכלל נישט פראקטיש איך האב געהאט א פשוטע עצה און איך האב שוין לאנג געוואלט רעדן צו א דיסטריביוטער וועגן דעם.... ברענג דעם itunes music store 'געדאנק' אריין אין יעדן סטאר די דיסטריביוטערס זאלן לאזן בויען אזא קאמפיוטער סיסטעם וואס זאל זיין אין א ווינקל אין יעדן גישעפט דארט זאל זיין א לייבערי פון אלע ניגונים אלט און ניי מ' קען preview'n און קויפן סיי סי די קוואלעטי אדער mp3 איין ניגון אדער 100 גלאך צום ipod אדער שרייבען א סי די אזוי בערך ווי די digital cameras און די computer stations אין די photo developing stores יעדער שמוגע קען עס אפאריעטען ס'פשוט ס'בילג ס'שנעל ס'קען אפילו ארבייטן אזוי ווי א website with an account all your info and credit card info is in there or for kids it could print out a receipt and he pays by the register אז אלע גראסעריס האבען היינט די פענסי סקאנינג סיסטעמס קען מען דאס אויך מאכן אפילו אָן די פראבלעים פון copying איז דאס געוואלדיג צוויי גרויסע points וואס איך אליין האב ליב איז 1. אזוי ווי שוין געזאגט מ' קען קויפן איין ניגון אויף א מאל וועלעכע ס'שמעקט אגב פאר איך גיי ווייטער ס'איז אמאל דא א הערליכע טעיפ איידיל וואס א אינגערמאן וואלט אריין גענימען און שטיב אבער צוויי דריי ניגונים זענען צו ווילד דארף ער נישט קויפן דאס אויך קען זיין וועט דאס צווינגען producers ארויס צו לאזן די בדי עבד ניגונים 2. ס'וועט האבן א search engine וועט מען קענען שנעל טרעפן אלטע פארשטעקטע ניגונים באמת קען עס זיין א פשוטע website but customized in a way that there is no access only to that site like this the distributer constantly updates his data base and all connected stations are instantly updated but if it will be straight out internet it will be very hard and also not right ביי אונזער עולם יעצט קיינער זאל מיך נישט אנשרייען ווייל כ'האב גירעדט אויף'ן אינטערנעט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2006 18:55 לינק ישיר 

דאכט זיך אז סאיז שוין לאנג נישט געווען א נושא וואס זאל אזוי אויפוועקן די פארום מעמבערס ווי דעם ענין פון קאפיען, סאיז קענטיג אז יעדער איז דא א נוגע צו פונעם צד פון די פארקויפער אדער פונעם צד פון די קויפער, וגם אני בתוכם מברענגט דא ארויף אסאך גיטע רעיונות, אבער אין אלעם איז דאס ספיקות כרגיל סעמאן פיש, וויאזוי קען די מוזיק אינדוסטרי זיך ערלויבן אזא סארט שולי ראנד מהלך וואס די שלאגסט פאר, דאס מיינט צו זאגן אז איינער וואס קאפיעט וועט פאקטיש צאלן ביליגער ווי איינער וואס קויפט ערליך? ויהא חוטא נשכר? (אגב, א רעקארדינג איז נישט קיין זאך וואס כוואלט רעקאמענדירט אויף א טעיפ, נישט קיין חלוק וואספארא סארט, מענטשן ווערן נערוועז דערפון און סאיז זייער נישט פראפעשענל, עד היום קען כנישט סובל זיין די 'מלוה מלכה' פריוויו מיקס צום סוף פון משה גאדלמאןס 'שומרים' אלבוים וואס איז פאקטיש א עד פאר א צווייטע פראדוקט, לידיעת ידידינו חיים יצחק נ"י) יאסעלע, די עיקר סיבה פארוואס די אידישע מוזיק אינדוסטרי האט נישט אדאפטירט די אייטונס מהלך איז דערפאר וואס סלוינט זיך נישט (דער ארטיסט באקומט דארטען סה"כ אביסל מער פון פופציג פראצענט א ניגון, די רעשט גייט פאר קרעדיט קארד, עפל, וכו'), אין די גויאישע וועלט ווי מענטשן דאונלאודען אויף אייטונס אין די מיליאנען א טאג איז עס ווערט, אבער אין די אידישע מארקעט איז שווער צו פארדינען אזוי גראדע, איז יא דא א היימישע סייט וואס אפערט דאס, אבער זיי ערלויבן נישט צו צאלן בלויז פאר א טרעק, דאכט זיך אז מקען דאונלאודען נאר איין טרעק אויב מוויל און ממוז טאקע נישט קויפן די גאנצע אלבוים, אבער ממוז אנפילן א מינימום סכום געלט אין די אקאונט: http://www.jtunes.com/ אהלי צדיקים, איין טרעק אויף א סידי איז נישט פראקטיש ווייל וויפיל סידיס וועט מען מאכן פון יעדע טרעק? וויאזוי וועט מען וויסן פאראויס וועלכע טרעק דער עולם וויל? און דאכט זיך אז די הוצאות פון אהערצושטעלן אזעלכע טרעק סידיס וועט נישט קאסטען סאך ווייניגער ווי א טאללער, נו וויאזוי וועט מען פון דעם באצאלן דעם זינגער/פראדוצירער/אראנדזשירער/סטודיו/ מוזיקאנטען/וכו' וכו'? ,happyjew ווען מדאונלאוד פון אייטונס איז טאקע שווערער צו קאפיען ווייל די ניגונים זענען זייער גיט פראטעקטעד, אבער עכ"ז קען זיך א מומחה א עצה געבן מיט פארשידענע טריקס, רוב מענטשן קענען אבער נישט און דערפאר האט דאס אזוי מצליח געווען



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-31/5/2006 19:00 לינק ישיר 

happyjew דיין רעיון איז טאקע פון די בעסטע עצות so far אבען אין ארץ ישראל האט דאס איינער פרובירט צו טון בערך צוויי יאר צוריק ולא עלתה בידו, סאיז געווען א געשעפט, מענטשן זענען טאקע געקומען אבער צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז סהאט נישט מצליח געווען http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topicarc.asp?whichpage=1&topic_id=961195 קען זיין די סיבה איז געווען ווייל ער האט נאר געהאט עטליכע אלבוימס (ממש צוויי דריי), און אויב דאס איז געווען די עיקר סיבה פארוואס ער איז ארויס פון ביזנעס, שטעלט זיך די שאלה פארוואס טאקע האבן די אנדערע פראדוצירער נישט געוואלט מיטארבעטן מיט אים?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-31/5/2006 20:31 לינק ישיר 

קודם זיידיניו וויל איך דיר קאמפלעמענטירן פאר דעם אנפירן דעם forum מיט אזא געוואלדיגע טעם.

עס שטעלט זיך ארויס אז די ביסט גירעכט מיט נישט אריין לאזן יעדן.

מ' רעדט צו דער זאך.

---------

איך האלט ווי דיר וועגען די preview
פון מלוה מלכה נאכ'ן שומרים טעיפ

ס'מאכט עס ביליג
עדוועטייסמענט אויף דעם צוהערעס חשבון
אבער איך גערענטיר נישט אז ס'וועט נישט נאך א מאל זיין
נישט אלעס איז אין מיינע הענט

אגב שטעלט זיך אויס אז די הערסט שומרים
אויך גוט!
---------------

My question is HOW is iTunes music store's downloads protected
I never bought from there, I'm curious how they do it.

Isn't it a plain old mp3 after all?

------------------

קלאר נישט קיין ראי' פון פירסט קלאס
איך רעדט עס זאל זיין א station
אין יעדעס איינציגער סטאר וואס איז אינטערעסירט
און דער סטאר אייגינטומער דארף נישט אויסלייגן א פרוטה
נאר דער דיסטריביוטער

און דאס גייט מיט אז דער station
האט מלינאן ניגונים וואס מ' קען נאר לייגן א האנט אויף

ס'איז אבער דא נאך פרטים
פאר עלטערע ניגונים נא מהיכי תיתי
אבער א ניי טעיפ - וואס וועט זיין מיט דעם שיינעם דעקל
דעם אינערווייניקסטער אויס שרייב און קרעדידטס

מ' קען ווייטער פרינטען די געווענליכע סי דיס
ווער ס'וויל די סי די כמו שהיא האט ער דאס

נאך קען מען פרינטען א פשוטער פאפיר מיט אלע אינפארמאציא
און דער וואס download א ניגון נעמט דעם פאפיר

בקיצור ס' דארף גוט אדורך געטהון ווערן
ד' פרייז קען העלפן אויך
ווילסט אלעס שיין און גוט באצאל מער

ווילסט ביליגער נעם דעם option

אבער פארשטייסט
קאפיען איז נאך ביליגער!

תוקן על ידי - happyjew - 31/05/2006 20:34:23



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > נייע געדאנק: אינעם קאמף קעגן קאפיען מוזיק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext