| נשלח ב-23/11/2006 18:44 |
|
| |
ליפא שמעלצער'ס נייע טעיפ חנוכה תשס"ז
ער קומט ארויס מיט א טעיפ אויף חנוכה, וויאזוי ס'וועט הייסן און ווי "הייליג" ס'וועט זיין איז נאך נישט באקאנט, ער לאזט וויסן אז ס'וועט זיין מער א רואיגער טעיפ, (ווענדט זיך וויאזוי ער פארטייטשט "רואיג").
ביי די וועי, איז בכלל דא איינער צווישן די היזיגע שרייבער וואס הערן אדער גלייכן זיינע טעיפס ?, מיין מיינונג איז אז כאטש איך פערזענליך פארשטיי נישט צו אים איז עס אפשר זייער שיין, נאר עס האט צו "עולם הנגינה" קיין שום שייכות נישט, ווי ווייט איך האב זיך געפלאגט אויסצוהערן זיין פאריגען טעיפ, האב איך נישט געקענט טרעפן אין קיין איינע פון זיינע געשרייען אז עס זאל אפילו ענדלען צו עפעס וואס ענדעלט צו א ניגון.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2006 04:54 |
|
| |
הא זיידעניו ?...(איך האף דער זיידע הייבט נאך נישט אן צו פארגעסן...)
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2006 06:23 |
|
| |
געערטער קאמענטאטאר
צו סדא עמיציר וואס גלייכט זיינע טעיפס?? סארא שאלה איז דאס?
פוק חזי אז ליפאס טעיפס פארקויפן זיך די מערסטע אויפן מארק היינטיגע צייטן, דאכט זיך הער קאמענטאטאר אז איר זענט אביסל באקאנט מיט די מוזיק אינדוסטרי בזמן הזה און כדארף נישט שיינען קיין ליכט אויפן פאקט אז די מצב איז ליידער אין קרקע און ליפא איז גאנץ זיכער אויף די רשימה פון די טאפ פינעף וואס פארקויפען נאך אין גרויסע נומבערס
וועגן עולם הנגינה, איז אויב מיינסטו צו זאגן דא ביי אונז אין "עולם הנגינה" איז דאך א דבר פשוט אז סהאט שייכות דא אהער, פערזענליך גלייך איך גראדע זיינע טעיפס און מקען נישט אוועקמאכן אז ער פארמאגט אסאך טאלאנט, כהאלט אויך נישט אלעס וואס ער מאכט איז הונדערט פראצענט אבער דאס איז שוין א אלטער נושא וואס איז שוין ביי אונז דא אין פארום צוקייט געווארן עטליכע מאל, יש דורשין לשבח - סדא וואס זינגען הלל, ויש דורשין לגנאי - סדא וואס זינגען עפעס אנדערש
כאפ א בליק אין א אלטן אשכול http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1136983
אדער אין דעם אונטערוויו מיט ר' ירמי' דמן וואס איז גורס סיי לשבח און סיי לגנאי בבחינת תוכחת מגולה ואהבה מוסתרת http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1144649
די נייע טעיפ פון וואס די רעדסט איז דאכט זיך מער אויפן מהלך פון לעילא ולעילא וואס איז שוין אויך באריכות באהאנדעלט געווארן http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1126158 און אויב איז ריכטיג די שמועות איז די זאך טאקע א חידוש ווייל דאכט זיך אז לעילא האט נישט אזוי מצליח געווען אין סעילס ווייל אז איינער וויל א עכט חסידישען טעיפ איז ליפא דער לעצטער ביי וועמען מוועט דאס זוכן, כאטש מקען נישט אוועק מאכן אז סליגט א געוואלדיגע השקעה דערין און סאיז פאקטיש גאר געלונגען, נאר ליפא איז עס נישט
ימים ידברו
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2006 18:21 |
|
| |
איך וועל באציען יעצט נאר צו איין נקודה וואס דו שרייבסט אז זיינע טעיפס זענען פון די בעסט סעלינג טעיפס,
וויל איך דיר זאגן פוק חזי איך וועל זיך טרויען צו זאגן אז קרוב צו 80% (לאפוקי זיידיאנטשי וחבריו) פון די וואס האבן געקויפט אדער רעדן מיט עקסטאז פון דעם ניינעהארע אלבום, נישט זיי ליגן אין - און נישט זיי הייבן אן צו פארשטיין וואס ס'הייסט בכלל א - ניגון, נאר וואס ? ס'איז די חברה וואס "ס'איז ליפא'ס ? ס'איז א גוט'ס ! " נישט קיין נפק"מ שנעל, שטאט, דזשעז, ראק, סמאד, קלעסיק, רילעקסינג, פראדשעקט X, Y, Z, "הכל לפי המשגע והמשתגע",
און דערמיט זאלסטו זיך נישט דערוואגן מחולק צו זיין מיט מיר, ווייל דאס איז א שטודיע וואס איך פערזענליך האב דורך געפירט, און זיך איבערצייגט דערין 101%,
תוקן על ידי - קאמענטאטאר - 24/11/2006 18:21:52
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2006 20:29 |
|
| |
הער קאמענטאטאר כווייס נישט וואס סאיז דיר אריין אין קאפ אדער וואס דיין פערזענליכע פראבלעם מיט ליפא איז (אפשר ווארפסטו אביסל ליכט אויפן נושא?) כבין נישט זיין פארטיידיגער און כבין אויך נישט צו קיין גרויסער חסיד זיינער, אבער צו ניצן די לשונות וואס די שרייבסט כאילו סהאט גארנישט מיט נגינה איז אבסאלוט נאריש
סאיז מיר שווער צו פארשטיין פון וואספארא שטאנדפונקט די קומסט מאכן אזאעלכע סארט סטעיטמענטס, כפארשטיי אז די ביסט דאך יא באקאנט מיט אונזער היימישען עולם הנגינה פון די לעצטע 10-5 יאר, ווילסטו מיר זאגן אז דוקא ליפאס איז פון די שוואכערע אין א צייט ווען גראדע זענען זיינע פראדוקשאןס סאך בעסערע קוואליטי ווי אסאך אנדערע
i hate to disagree באט קעניינעהארע האט גראדע געהאט מער ווי איין ניגון וואס איז ראוי צו ווערן אנגערופען א ניגון אפילו לויט (הויכע) סטאנדארטען, אדער האסטו נישט אויסגעהערט אדער ביסטו גאר דער וואס איז געשלאגן מיט שכחה...
ילמדנו רבינו, איז ארזי הלבנון נישט קיין ניגון? איז זכור אהבת קדומים נישט קיין ניגון? איז שלי שלך נישט קיין ניגון?? און וואס איז מיט בטחון? וכו' וכו' זעט אויס אז כוועל מוזן צוענדיגן מיין אנאליז אויף קעניינעהארע וואס כהאב קיינמאל נישט אויספיעט צו ענדיגן אזוי אז מוועט קענען צונעמן יעדן ניגון אויף קליין געלט
ווי שוין אויסגעשמועסט אין עטליכע אשכולות, פארמאגט דער מענטש היפשע טאלאנטען, סאיז טאקע אפשר משגע ומשתגע, אבער פאקטישע כשרונות קען מען נישט סתם אזוי אוועק מאכן מיט א בלאז, שוין אפגעזען פון די עצם פאקט אז סעילס איז סעילס און אפילו אויב וואלסט געווען גערעכט מיט דיין אפשאצונג וואלט עס נישט אפגעשלאגן דעם פאקט אז ער פארקויפט זיך זייער גוט און פיל בעסער ווי אסאך אנדערע, פוק חזי און איבערצייג זיך אליין
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2006 21:16 |
|
| |
פריש
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2006 00:42 |
|
| |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2006 09:54 |
|
| |
דאס איז די דריטע ניגון אויפן נייע טעיפ
<אויסגעמעקט די לינק, ביטע נישט ארויף שטעלן קיין גאנצע ניגונים חוץ אויב מהאט בפירוש רשות פון די ארויסגעבער, סאיז ממש גזילה>
מנהל אויב עס איז נישט אויסגעהאלטן ביטע נעם אראפ די לינק
תוקן על ידי זיידיאנטשי ב- 15/12/2006 16:46:04
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2006 16:48 |
|
| |
איך האב נאכנישט קיין אישור כתיבה אבער איך האב עס שוין געהערט ביי רדיו קול חי אין ארץ ישראל עס איז גאנץ שיין...די ערשטע ניגון הייבט זיך אן מיט חזנות ס' קראצט אזויווי א אלטע record ... שוין איך קען שוין נישט שרייבן איך וועל עס איבערלאזן פאר אינזער באליבטען זיידיאנטשי צי ממשיך זיין
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2006 04:53 |
|
| |
עס טוט מיר באנג פארוואס פונקט צו אים פארשטיי איך נישט,
כל הכבוד להרה"ג ליפא שמלצר, אבער דער טעיפ דערמאנט מיר פון Purim Y2K אויב איינער האט עס שוין אמאל געהערט,
איך קען ממש נישט פארשטיין וויאזוי ער שעמט זיך נישט ארויסצוגעבן אזא אלבוים, מיסטער זיידע איך Agree מיט דיר אז ער האט טאלאנטן, און ער קען אפשר שיין זינגען, אבער א ניגון צו באשאפן איז א מסכתא פאר זיך,
איך וועל נישט לייקענען אז עס איז אפשר יא אריינגעפאלן דא און דארט עפעס וואס גייט אריין אין גדר פון נגינה ווצב"ש אהבתי כי ישמע, (זה היום איז אויך נישט שלעכט, עס איז טיפיקעל מיאמי בויס - ירחמיאל ביגון) אבער קיין מחדש איז ער זיכער נישט, און אוודאי נישט קיין מכוין פירוש המילות,
ער דרייט ארויף און אראפ גיט א קרעכץ דא און א געשריי דארט, והנה, טרעק 1 א.א.וו.
כי חיזק שעריך קומט צו שרייען ווי אן אראבער,
יאצמעך באטשי דארף עפעס א יחצאל אריינשרייען,
ואנחנו נברך קה איז מיט א גאליציאנעם/ירושלים אקצענט,
איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט נוצן א Frog סאונד אויף א כלומרשט ווארימער ניגון א שטייגער מן המיצר, איז דאס אויך א חידוש וואס קיינער האט פשוט נישט משיג געווען עד היום ?
זאג מיר דעם אמת, דו האלטסט טאקע אז די סיבה פארן זיין א בעסט סעלער אייטעם איז פאר די מורא'דיגע ארבעט/ניגונים וואס ליגט דערינען, אדער ווייל דער עולם גלייכט ווי ער מאכט זיך נאריש, ?
btw דוכט זיך אז דער יעצטיגער טעיפ גייט נישט ממש ווי מצה וואסער, אפשר מיט די צייט...
תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 18/12/2006 4:55:48
תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 18/12/2006 5:00:28
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2006 18:56 |
|
| |
קאמענטאטאר האסט קלאר געמאכט דיין פוינט, דו פערזענליך האסט נישט ליב נישט אים און נישט זיינע אלבוימס, טאקע פארדעם האב מיר דא דעם פארום ווי יעדער קען שרייבן זיין מיינונג און אויסשמועסן עניני נגינה, מקען מיט דיר מסכים זיין אין געוויסע זאכן און מקען מיט דיר מחולק זיין
כהאב געהאט בדעה אראפ צו שרייבן א לענגערן אנאליז אויפן נייעם אלבוים אבער כדרכי בקודש קום כנישט אן דערצו, סוואלט געווען א גיטע זאך אויב מקען צונעמען יעדן ניגון פאר זיך און דאס אנאליזירן
א פרייליכן חנוכה
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2006 21:25 |
|
| |
איך האב גארנישט אקעגן אים פערזענליך, איך ווייס נאר נישט ווער ס'האט אים איינגעשמועסט אז ער האט א ספעציעלן חוש פאר הומאר, ביי אונז הייסט דאס...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2006 03:35 |
|
| |
איך האב ערשט יעצט ריעלייזט אז דער "יאצמעך באטשי" איז דער באקאנטער יואל'י לעבאוויטש בן האדמ"ר מ'ניקלשבורג, איך וואונדער זיך וויאזוי זיי האבן זיך צוזאמגעשטעלט, ער האט דאך יא קאממען סענס, נו... זעהט אויס אטענשאן איז מער ווערט.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2006 00:31 |
|
| |
קאמענטאטאר איך האלט ווי דיר מ'מיינט אז אלעס מיט'ן חותם ליפא איז א היט...... חברה ער קען אויך האבען א פארדארבענעם מאגען
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2006 00:52 |
|
| |
לית מאן דפליג .... ער האט טאלענט
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2006 02:26 |
|
| |
אין הכי נמי, ער האט נאר נישט קיין שכל און קיין געפיהל עס ארויסצוברענגען אויפן ריכטיגען וועג, א שטייגער ווי די אלע קינדער וואס זינגען אויף פאפולערע טעיפס, וואס חוץ זייער שטימע האבן זיי גארנישט און א דאנק וואס זיי זענען אונטער פראפעסיאנאלע אויפזיכט קומט ארויס א דבר נאה ומתוקן, שטעל זיך פאר יעדעס קינד וואס זעהט איין אין זיינע טאלאנטן וועט ארויסגעבן איבערנאכט א טעיפ... אזוי איז ליידער געשען דא ! און עולם (גולם) צאלט $16.00,
תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 28/12/2006 2:29:13
|
|
|
|
|