| נשלח ב-21/12/2006 22:13 |
|
| |
חזנות טיש עם ירמי' דמן
מער ווייניגער אלעס פון יוסעלע ראזענבלאט, איינס פון קווארטין, און איינס פון יעקב תלמוד (איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט דעם נאמען), און איינס פון "אחד מאדמו"רי רוסיה זצ"ל" (רזא דשבת - איך מיין אז דאס וואס יוסעלע זינגט),
א גרונטליכע אנאליז לאז איך פאר איינעם וואס פארשטייט צו חזנות (איך נישט).
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2006 21:00 |
|
| |
ספארלאנגט זיך אפשר טאקע א מער גרונטליכע אנאליז אבער כוויל בלויז שרייבן אין קורצען אז כהאב העכט הנאה פון דעם נייע אריגענעלער געדאנק מבית "לחיים" דורך יוסף משה כהנא, ר' ירמי' דמן זינגט טאקע אויפן אלבוים פארשידענע באקאנטע חזנות ניגונים אבער סאיז נישט אמתדיג חזנות און ספרובירט זיך אויך נישט אהערשטעלן אלץ ריכטיג חזנות נאר פשוט שיינע ניגונים וואס ירמי' דמן זינגט זייער מתיקותדיג
דער טעיפ איז גאר אינטערעסאנט לדעתי, ער זינגט קלאסישע חזנות שטיקלעך ווי למשל רזא דשבת, אלוקי נשמה, ר' ישמעאל אומר, לשמוע אל הרינה, הננו העני ממעש, וע"י עבדיך הנביאים, יאסעלע ראזענבלאטס אידישע משיח ניגונים ווי "נישט ווייט צו גיין" (דוד המלך), און "וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען", ער ווארפט אויך אריין איינס צוויי נישט אזוי ווייט חזנות ניגונים (ווי למשל המבדיל) וואס פאסט אפשר נישט אזוי אריין אין דעם טעיפ אבער סאיז דאך געשמאק צו הערן און ווי געשמועסט איז דאס נישט ממש קיין חזנות טעיפ כאטש דער נאמען איז טאקע "חזנות טיש" וואס כנראה קומט דאס בעיקר צו פארשטערקערן די סעריע פון "לחיים טישן" ווי שבת טיש, פורים טיש, וכו'
רעקאמענדירט פאר ווער סהאט ליב ר' ירמי' דמן אדער זוכט סתם אזוי געשמאקע ניגונים
קאמענטאטאר, ר' יעקב תלמוד איז געווען א אויסטערלישער גאון אין נגינה און פאר יארן לאנג געפירט די קאפעליע אין גור, קוק אין די עלטערע אשכולות וועסטו טרעפן מער פרטים (דאכט זיך ביי מונה ראזענבלום און אפשר אויך ביי מרדכי בן דוד וואס ביידע האלטן זיך פאר שטיקל תלמודים), רזא דשבת איז אויב כגעדענק גיט נישט פון יאסעלע און נישט פון קווארטין נאר פון פינטשיק, כווייס נישט וויאזוי אחד מאדמו"רי רוסיה זצ"ל קומט דא אריין אין בילד
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2006 23:58 |
|
| |
דרך אגב אז מ'רעדט שוין פון חזנות בין איך נייגעריק צו ס'איז שוין געווען דא א באשרייבונג אויף "בימים ההם בזמן הזה" רעדאגירט דורך מרדכי סובול, זוכענדיג צווישן די אשכולות דא האב איך עס נישט געזען, איך וואונדער זיך פארוואס, איך מיין אז עס איז א מורא'דיגע חידוש אין עולם החזנות, ווי אויך האב עטליכע פראגן איבער דעם אלבוים,
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2006 12:44 |
|
| |
רזא דשבת איז פון פינטשיק.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2006 23:32 |
|
| |
רזא דשבת איז באוויסט אלס פינטשיק'ס שטיקעל אבער דער "אחד מאדמו"רי רוסיה זצ"ל" איז די אמת, עס איז פארהאנדיקט מערערע ניגונים וואס פינטשיק טוט זינגען אבער די פארפאסער דערפון איז גאר געווען דער מאנסטעריצ'ער רבי, א ניט באוויסטער רוסישער חסידות.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2008 16:24 |
|
| |
קענט איר מיר ביטע ערקלערן ווער איז ירמי' דמן? איך קען נאר די אלטע חזנים
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2008 18:39 |
|
| |
כ'וואונדער זיך אויב דו האסט נישט געהערט פון אים בעפאר, ירמי' דמן איז נישט קיין חזן נאר א איינער פון די קאפעליע פירער און בעלי תפילה אין בעלז בארה"ק, זיינע אלבוימ'ס זענען צו באקומען אין כמעט יעדע מוזיק/דזשודייקע סטאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2008 20:01 |
|
| |
שלום אייך "מוהל" צום פארום, אז איר וועט זוכן אין די ארכיוון וועט איר טרעפן מער וועגן ר' ירמי'ן, דא איז איין לינק:
|
|
|
|
|