בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

יעקב שוואקי - לשם שמים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/1/2007 00:47 לינק ישיר 
יעקב שוואקי - לשם שמים

To be released in 2 weeks






דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/1/2007 09:36 לינק ישיר 

Preview
 
http://www.shlager.net/default.asp?articleID=122

http://www.mostlymusic.com/yaakov-shwekey-volume-coming-p-3630.html

תוקן על ידי איןבעיה ב- 29/01/2007 9:37:38




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2007 18:33 לינק ישיר 

מיטן אויבערשטענס הילף האף איך בקרוב אפצושרייבן א שטיקל אנאליז אויף שוועקיס נייע אויסגאבע, כידוע לוותיקי הפארום בין איך אן אלטער חסיד זיינער און דאס מזל שפילט אים אויסטערליש צו אז ער זאל מצליח זיין אהערצושטעלן מייסטערווערק בשעת וואס גרעסערע פון אים הינקען אונטער


הגם ער האט שוין עררייכט בעסערס ביי זיינע פריערדיגע טעיפס, זיין לעצטע טעיפ "ידיד" איז לדעתי געווען שענער מכמה בחינות, איז דאס אבער נאך אלץ א גאר געלונגענער טעיפ מיט אסאך צו הערן און הנאה האבן, כקען רואיג זאגן אז סאיז פון די שענסטע טעיפס פון די לעצטע צוויי יאר (נאך מרדכיס אפשר לתקן)


די ניגונים זענען רובם ככולם געוואלדיג, איינס פון די מערסטע אויפטוהען איז דער איבערגעמאכטער באקאנטער "טאטע טאטע" ניגון וואס ערשיינט דא סיי אין אידיש און סיי אין ענגליש, סאיז א זייער געלונגענער פראדאקאציע, און סוועט גאנץ זיכער זייער גוט אויסנעמען ביי אלע קרייזן


***עקסקלוסיוו***

ספעציעל נאר פאר "עולם הנגינה", די אריגענעלע מוזיק אראנדזשירונגען רעקארדינג פונעם ניגון "טאטע", מהערט יוחאי זינגען דעם טאן מיט א כמעט פארטיגע ערענדזשמענט, פארשטייט זיך אז סאיז רוי אן מיקס וכדומה אבער דאך גאנץ אינטערעסאנט:

http://download.yousendit.com/9D7D0E814D7017E3


קריטיק אויפן טעיפ איז אויך דא פארשטייט זיך, די סאונד הינקעט שרעקליך אונטער, דער מיקס איז גראדע גאנץ גוט און ספרובירט צו פארדעקן אויף די שלעכטע רעקארדינג שטיקלעך (וואס איז א תוצאה פון די פילע היימישע געמאכט סטודיאס ווי יעדער רעקארד זיך פאר זיך אליינס, וואס איז אפשר א מעלה פאר די רעקארדירער אבער סקען אויך מאכן א חורבן אזויווי דא אין דעם פאל)


נאך א אינטערעסאנטע זאך וואס כהאב שנעל באמערקט איז דער פינפטער ניגון "יזכרם" וואס מען האט געהעריג ריסייקעלט פון א אלטע טעיפ, די ניגון איז שוין ערשינען איבער זעקס יאר צוריק אויף א (אפשר נישט אזוי באקאנטער) טעיפ פון א זינגער מיטן נאמען "קאבי", דא ביי שוועקי האט מען ארום געטוישט די ערשטע שטיקל וואס איז טאקע למעשה סאך בעסער ווי די אלטע

http://www.mostlymusic.com/advanced_search_result.php?keywords=coby&x=0&y=0


האפענטליך בקרוב וועל איך אנקומען צו שרייבן אביסל מער (וויפיל אנאליזן בין כשוין שולדיג?) בעזהי"ת




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-7/2/2007 20:21 לינק ישיר 

זאגט מיר צו איך בין גערעכט:

הערט אויס דעם קליפ, ביי די גענגט פון 3:53 (3 מינוט און 53 סעקונדעס).  הערט גוט אויס דעם פאל.

יעצט גיי אריבער צו שמואלי ראזענטאל'ס טעיפ "אוי נשמה" טרעק 4 -אבינו אב הרחמן. און הערט אויס דארט ביי 8:10 (8 מינוט און 10 סעקונדעס).

יעצט זאגט מיר די חילוק צווישן די צוויי...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2007 20:50 לינק ישיר 

נישט דא עפעס עקסטער




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/2/2007 02:52 לינק ישיר 

היינט דערציילט מיר א חבר אז "ער ווייסט" אז הרב יעקב שוועקי שליט"א איז א פשוט'ער כולל אינגערמאן אין לעיקוואד'ער כולל, וועלכער זיצט און הארעוועט פון 10:00 ביז 6:15 יעדן טאג, און אזוי מיטאג צייט צווישן צוויי און פיר אזייגער כאפט ער זיך אריבער אין שטוב אריין אפזונגען עטליכע ניגונים און... צוריק צו די גמרא, (בערך ווי סקולענער רבי...)

אלזא בין איך זייער נייגעריג איז דאס וואר ?
אויב נישט אינגאנצן, כאטש א חלק ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-8/2/2007 17:07 לינק ישיר 

דיין אינפארמאציע איז גאנץ קראנט, שוועקי לערנט אין כולל, יוחאי נעמט קעיר פון די פראדאקשענס



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-8/2/2007 17:28 לינק ישיר 
וואס גייט לעצטענס פאר אין עולם הנגינה ?

יעדן טאג א צווייטע דין תורה

טאקע דער זעלביגער יוחאי ?




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-8/2/2007 17:56 לינק ישיר 

סאיז אלעס מיטן זעלבן בעל דבר, די גל פז חברה האבן יארן לאנג אפגעטאן כל דבר אסור ביז יעדער האט זיך צוביסלעך אפגעשאקלט פון זיי אז זיי זענען היינט כמעט אויסגעשפילט, נישט קיין ווינדער זיי פרובירן אלעס וואס נאר שייך צו פארבלייבן א ראלע (אדער מוזיק) שפילער אויפן מאפע

די בח"ח אינפארמאציע שיינט צו זיין פעלערהפטיג, זיי שרייבן: "ל'בחדרי חרדים' נודע כי המפיק של שוואקי, יוחי בריקסמן, התחייב בעבר בעל-פה לשווק את הדיסק החדש של שוואקי באמצעותם", וואס דארף דאס צו מיינען, אז ער האט זיך מתחייב געווען "בעל פה"? וואספארא שוויות האט דאס אז יענער פארציילט אזא מעשה און ווי קומט דאס אז געבויעט אויף דעם זאל א בי"ד ארויס געבן א צו מניעה? מאכט נישט קיין סענס

שלאגר שרייבט אביסל אנדערש, וואס איז אפשר יא מער וואר: "הלל זילבר מחברת גלפז מוסר לנו בתגובה כי הסכמים וחוזים קודמים הופרו ולכן הוציאו את הצוו. העניין נמצא בברור בדין תורה ולכן אין הוא רואה צורך לערב בכך את הציבור.", בכל אופן זעט אויס אז אז דער גאנצער טאראראם וועט צום סוף העלפן פאר סעילס



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-12/2/2007 23:01 לינק ישיר 

נאכן אויסהערן  אביסל מיין איך אז איך צי צוריק פין מיין פריעדיגע תגובה!
די ניגון טאטע ווען ער גייט ארויף א טאון איז מיין נשמה שיעור ארויס פין מתיקות!
 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > יעקב שוואקי - לשם שמים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext