"בלאגמייסטער" שרייבט א שטיקל אנאליז אויפן טעיפ, הגם כבין נישט מסכים מיט אלע זיינע "רעיטינגס" ברענגט ער אבער ארויס גוטע נקודות, באופן כללי קען מען זאגן אז דער יעצטיגער טעיפ פארט לגמרי אוועק פונעם קלאסישן און פראפעשענעל סטייל וואס האט געמאכט זיין ערשטע טעיפ "וארשתיך" אזוי בארימט
דער יעצטיגער איז מער "אויף שימחעס" סטייל (טייל ניגונים הערן זיך ממש ווי א קאפי), מער ווילד, מער דיסקא/עלעקטראניק, סדא אפאר שיינע שטייטע ניגונים, משפירט יוסי גריןס נאז כמעט איבעראל, די ענגלישע ניגון הערט זיך ממש ווי פ"מ אזויווי קאמענטאטאר וכת דילי' האבן שוין ערווענט (שפאצירט אריין צו א "שאפרייט" סטאר אדער "רייט-עיד" פארמאסי און סוועט אייך ווערן קענטליך...) אבער זיין שטימע איז נאך אלץ שטארק און די רעקארדינג קוואליטי און מיקס זענען שיין צוגעפאסט
בלאגמייסטערס אנאליז:
http://jewishmuzic.blogspot.com/2007/02/jewish-music-review-ohad-2-in-depth.html