Itunes רענדאם פלעיאר
איך האב זיך אלץ געמוטשעט וויאזוי צו מאכן א רענדאם ליסטע פון איי טונס
ניגונים. (כלומר אז איך זאל אנצינדן די מוזיק און עס זאל שפילן אלע
ניגונים וואס איך האב אלץ אן קיין שום סדר).
האב איך היינט געפונען א פלאגאין פאר ווינדאוס איי טונס וואס טוט זייער א
פיינער דזשאב. ער קריעיט א נייע פלעיאיסט מיט אלע ניגונים וואס דו האסט
אויף זיין אייגענעם סדר. עס האט אסאך אפציעס.
http://blog.benday.com/archive/2005/04/23/289.aspx
(קען זיין אז עס עקזיסטירט א פשוטע וועג דאס אליין צו מאכן אין אייטונס, אבער איך ווייס נישט דערפון)
דרך אגב מוז איך דערמאנען די אומסטאביליטעט וואס הערשט אין דעם הינזיכט פון מסדר זיין די ניגונים. יעדע אלבום איז אנדערש. טייל שרייבן נאר נעמען פון די ניגונים. אנדערע שרייבן נאר די ארטיסט'ס נאמען אויפן גאנצן אלבום (א ביישפיל מענדי וואלד'ס אחד), און אנדערע שרייבן בכלל נישט נאר עס רופט זיך Track 1 - 2 -3 וכו' (א ביישפיל פון משה גאלדמאן'ס להודיע, אדער אברהם פריד'ס בין כך ובין כך). ביי אנדערע קומען ארויף unknown artist.
ליפא שמעלצער אין זיין פראז'עקט X, (און די זעלבע שלמי גרנטר) שרייבן אן ענגלישע נאמען אויף יעדע ניגון, און זיין ארטיסט נאמען ערשיינט lipa schmeltzer, עס איז פשוט א מחיה ווען איך זוך א ניגון, אדער איך זוך אלע ניגונים פון זיין טעיפ.
פארשטייט זיך אז מען קען עס אליין מסדר זיין, אבער עס איז א שטיקל ארבעט.
ליפא שמעלצער האט נאר געטון אן אנדערע חיה'שקייט, אז איין טרעק איז ווי באהאפטן צום צווייטן, ווען איך הער עס רענדאם, אדער ווען איך הער עס פון אייטונס לייברערי לויטן סדר וואס איך וויל, איז פשוט א שרעק וויאזוי די ניגונים ענדיגן זיך. (דער קומענדיגע ניגון איז דאך פון אן אנדערע ארטיסט).
תוקן על ידי אהליצדיקים ב- 07/08/2007 21:12:14
 |
|
|