היאצ"ט של ר' מנחם בראדי ז"ל אבדק"ק קאליב הוא ח' באב ולא ה' כמו שכתוב בהרשימה באשכול "רשימת הערים והצדיקים".
אבי ע"ה היה יליד קאליב וגם למד איזה שנים אצל ר' מנחם בראדי. הוא היה על הלויה של רבו, וכמעט בכל ערב תשעה באב דיבר אודות רבו והזכיר שהיום היא היאצ"ט שלו.
אני ראיתי באהל שלו מונח המטה של החברא קדושא שבו הוציאו כל הנפטרים להביה"ח
נשלח ב-18/2/2005 17:17
על קבר הרה"ק רבי אייזיקל מקאלוב כתיב והיה ערליכער יוד, דבר מפליא שלא מצאתי בשום צדיק, מה זה?
נשלח ב-18/2/2005 21:20
עס איז דא נאר 2 שבחים אויף זיין מצבה. "היה יכול ללמוד על הדף היה ערליכער יוד"
וואס איך האב גיהערט איז אז זיין צוואה איז גיווען אז נאר דאס זאל מען שרייבן
איך האב א בילד פין די מצבה וואס איך האב גינומען. עס איז נישט זייער קלאהר.
איך קען עס דיר שיקען אין אישית אין די קענסט עס ארויפלייגען אויב עס לוינט זיך.
די בילד איז א JPEG IMAGE אין עס איז בערך 52.7KB
אין דעם ביה"ח החדש איז דא דער אהל פזן האדאסער רב ז"ל. ער איז גיווען אן אייניקעל פון ר' יעקב פיש ז"ל (ער איז אויך נקבר אין דעם ביה"ח).
עס איז דא אין וויליעמסבורג א סאלקער רבי. ער איז אן אייניקעל פון האדאסער רב.
מיין מאמע ע"ה( אויך א יליד קאליב) האט מיר דערציילט א מעשה פלא.
זי האט גיט גידענקט די לויה ווען מען האט איהם גיברענגט פון האדאס קיין קאליב.
עס איז מיטגפלויגען צוויי ווייסע טויבען מיט דעם ארון אויפען גאנצען וועג, אין ווען מען איז אנגיקומען צום ביה"ח אין קאליב האבען זיך די צוויי טויבן ארויפגיפלויגן אין זיך אוועקגיזעצט אויף א צווייג פון א בוים לעבען דעם מקום הקבירה אין גיבליבען דארט ביז די ענדע פון די לויה
דער נהג האט דערציילט אז דעם גאנצען וועג זענען די פייגליך גיפלויגען זייער נידעריג פאר דעם ארון, אין ער האט גימיזט פארען זייער לאנגזאם כדי ער זאלל ניט אריין קראכען אין זיי