בית פורומים באהלי צדיקים

דער עלטסטער אידישער בית עולם אין אייראפע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/4/2006 04:47 לינק ישיר 
דער עלטסטער אידישער בית עולם אין אייראפע

אַ באַזוך אין דעם וואָרמסער בית החיים
יהושע דובראווסקי

אַ הויכפּונקט פון מיין באַזוך אין די אור-אַלטע שו''ם שטעט אין דייטשלאַנד - שפּייער, וואָרמס און
מיינץ - איז געווען דער בית החיים אין וואָרמס, דער שטאָט וואו רש''י און אַנדערע ריזן שבריזן פון
אונזער היסטאָריע האָבן געוואוינט.

ניט ווייט פון אַמאָליקן אידישן געגנט אין וואָרמס, געפינט זיך דער אַלטער אידישער בית-עולם פון
שטאָט. אויך דער בית-עולם, פּונקט ווי דער אידישער געגנט, איז איבער ניין הונדערט יאָר אַלט.
מ'האָט אונז אָנגעוויזן אויף אַ קבר מיט דער עלטסטער מצבה, וואָס טראָגט די דאַטע פון יאָר ד'תתל''ז
(1076ׂ. הייסט עס אין די יאָרן פון רש''י. (רש''י איז געבוירן געוואָרן אין יאָר ד'ת''ת און איז נפטר
געוואָרן לערך תתס''ה, 1040-1150 ).

דאָס איז די מצבה פון ''יעקב בחור''. און דאָס מיינט אַז דער בית עולם אין וואָרמס איז דער עלטסטער
עקזיסטרינדער בית הקבקרות אין אייראָפּע. פאָרשער זאָגן אַז דער בית החיים איז געעפנט געוואָרן נאָך
דעם וואָס די ערשטע שוהל איז געגרינדעט געוואָרן אין 1034.

דער אַרומגעצאַמטער ניט גרויסער שטח פון בית-עולם געפינט זיך נעבן אַ מויער-וואַנט אויף איין זייט
און אַ קליין באַרג-אַרויף אויף דער צווייטער, מיט אַביסל ביימער אַרום. די מצבות, זעט אויס בלויז
אַן איבערגעקליבענער טייל פון אַ סך מער פריערדיקע, זיינען צעוואָרפן שיטערלעך איבערן שטח. די
מערסטע אַלטע מצבות זיינען אין דער פאָרעם פון פיר-קאַנטיקע דיקע שטיינערנע טאָוולען מיט
איינגעקריצטע אויפשריפטן. מ'קען קוים-קוים דורכלייענען אייניקע ווערטער מיט אָנשטרענג.

באַלד ביים אַריינגאַנג אין בית-עולם מוז דעם אידישן אַריינגייער דורכנעמען אַ הייליקער ציטער,
ביים וויסן וועמענס קבר און מצבה געפינט זיך דאָרט. אייגנטלעך זיינען עס צוויי מצבות גאָר נאָענט
איינע צו דער צווייטער; און דערמיט איז פאַרבונדן אַ מורא'דיקע היסטאָרישע געשעעניש.

דאָרט געפינט זיך דער קבר פון איינעם פון די גרעסטע גאונים פון אלע דורות, איינער פון די
באַרימטסטע פּוסקים און מעכטיקסטע גייסטיקע פירער און צדיקים, רבי מאיר בר' ברוך פון ראָטענבערג
זצ''ל, באַקאַנט אין דער תורה-וועלט ווי מהר''ם מרוטנבורג.

ער איז געווען, קען מען זאָגן, פון די לעצטע בעלי-התוספות, אַ תלמיד מובהק פון גרויסן גאון דעם
בעל ''אור זרוע'', ר' יצחק פון ווין און נאָך גדולי עולם. ר' מאיר איז טאַקע געבוירן געוואָרן אין
וואָרמס, בערך אין יאָר ד'תתקע''ה (1215), הייסט עס 110 יאָר נאָך רש''י'ס פּטירה.

זיין פאָטער, ר' ברוך, אויך אַ גאון גדול, איז געווען רב אין וואָרמס, און אויך זיין קבר געפינט
זיך אין אָט-דעם אַלטן בית-עולם. היות אַז ר' מאיר איז וואַרשיינלעך געווען דער גרעסטער מנהיג און
תורה-אויטאָריטעט אין די אַלע אַרומיקע דייטשע געגנטן, מיט אַ סך תלמידים און אַ גרויסער ישיבה
אין ראָטענבערג (ער איז פאַקטיש געווען פריער רב אין וואָרמס און אין פיל אַנדערע קהילות און
דערנאָך געגרינדעט אַ ישיבה אין ראָטענבערג), איז ר' מאיר'ס באַרימטקייט דערגאַנגען, פאַרשטייט זיך,
אויך און די קרייזן פון דער דייטשער ממשלה. האָט די אכזריות'דיקע מאַכט דאָס אויסגענוצט ווי אַ
מיטל אויסצופּרעסן ביי די אידן גרויסע געלטער: דורך אַ בלבול-מסירה האָט דער דעמאָלטיקער קעניג
רודאָלף אים אַיינגעזעצט אין אַן עלנטן טורמע-פעסטונג און געפאָדערט פון די אידן אַ ריזיקע סומע
אוסלייז-געלט.

און די אידן, פאַרשטייט זיך, זיינען געווען גרייט צו באַצאָלן כל הון דעלמא, בכדי אויסצולייזן
פון די תפיסא-יסורים דעם גדול הדור, דעם מנהיג ישראל. האָט אָבער דער מהר''ם מרוטנבורג פון תפיסה
אַרויסגעגעבן אַן איסור חמור באַצאָלן אַ צו-הויכן פּדיון-שבויים-פּרייז. דער טעם דערפון: ניט צו
אויפרייצן דעם אַפּעטיט ביי די גזלנישע הערשער אויף דעם אופן צו באַראַבעווען די אידן.

זיבן יאָר איז ר' מאיר געבליבן זיצן אין טורמע און איז דאָרט נפטר געוואָרן אין יאָר ה'נ''ג
(1293), אין זיינע סוף זיבעציקער יאָרן.

אָבער אויך זיצנדיק פאַרפּייניקט אין תפיסה, האָט ר' מאיר פאַרשפּרייט און געלערנט די אידן תורה און
הלכה מיט און דורך זיינע תלמידים. אין דער אומבאַגרענעצטער רשעות האָט די מאַכט אויך נאָך זיין
פּטירה ניט ארויסגעגעבן דעם הייליקן קערפּער פון מהר''ם מרוטנבורג, ווי אַ נקמה, וואָס דער
הייליקער גאון האָט ביים לעבן ניט נאָכגעגעבן די געלט-תאוה.

אַרום 14 יאָר איז ר' מאיר אויך נאָך זיין פּטירה געבליבן ''אין אַרעסט'' ביי דער מלכות הרשעה, ביז
איין גרויסער נדבן, ר' אלכסנדר בן שלמה, האָט זיין גוף קדוש אויסגעלייזט, אַוועקגעבנדיק דערויף
כמעט זיין גאַנצן פאַרמעגן. דער איינציקער באַלוין וואָס ער האָט דערפאַר געבעטן, איז געווען: מ'זאָל
אים מקבר זיין לעבן קבר פון ר' מאיר פון ראָטענבערג. און די צווייטע מצבה, נאָענט צו ר' מאיר'ס
מצבה, נאָענט ביים אַריינגאַנג צום בית-עולם, איז טאַקע אויפן קבר פון אָט-דעם ר' אלכסנדר.

ניט ווייט פונעם קבר פון מהר''ם מרוטנבורג געפינט זיך דער קבר פון נאָך איינעם פון די גרעסטע
גדולי ישראל און מאורי תורה, דער מהרי''ל, ר' יעקב (בר' משה) הלוי סגל. אויך דער מהרי''ל איז
אַנערקענט אין דער תורה-וועלט ווי איינער פון די יסודות'דיקסטע אויטאָריטעטן און מעכטיקסטע
זיילן אין הלכה. ער איז געבוירן געוואָרן אין מיינץ, דייטשלאַנד אין יאָר ה'ק''נ (1360). די לעצטע
יאָרן האָט ער געלעבט אין וואָרמס און איז דאָרט נפטר געווארן, אין יאָר ה'קפ''ז, 1427.

אויף דעם וואָרמסער אַלטן בית=עולם זיינען דאָ נאָך פיל קברים פון גדולי ישראל (צווישן זיי פון
באַוואוסטן ''ר' יוזפא שמש'' א''אַ), וועלכע כ'האָב ניט באַוויזן צו פאָרגעדענקען. ס'איז דאָרט דאָ
ערגעץ אַ מצבה לזכר די פּרנסים פון וואָרמס און דער צייט פון די תתנ''ו-גזירות, דער ערשטער
קרייצצוג פון 1096. די מצבה האב איך ניט געפונען, אבער אויף דער שטיינערנער גדר-וואַנט האָב איך
געזען אַן איינשריפט לזכר די פּרנסים פון וואָרמס.

אין צוזאַמענהאַנג דערמיט ווערט דערציילט אַ טראַגישע פּאַסירונג וועגן דער צייט פון די פון די
קרייצציגלער-שחיטות אין וואָרמס: ווען די צעיושעטע קרייצטרעגער האָבן דאָרט אָנגעהויבן זייערע
שחיטות, זיינען די צוועלף פּרנסים פון וואָרמס געקומען אין הויז פון די שטאָט-פירער (שטאָט-ראַט)
און געפאָדערט פון זיי אָנצונעמען די נויטיקע מיטלען צו פאַרטיידיקן די אידן פון דער שטאָט פון די
מערדער. ווען די שטאָט-פירערההאָבן אַנטזאַגט צו געבן די געפאָדערטע שיצונג, האָבן די וואָרמס פּרנסים
זיי דערהרגעט דאָרט, און זיינען דערנאָך אוועק אויפן בית-עולם און אויסגעמיטן שוידערלעכע
טויט-פּייניקונגען (מצד די קריסטלעכע רוצחים) דורך באַגיין זעלבסטמאָרד. (געוויסע היטאָרישע
קוואַלן באַצייכענען דאָס ווי אַ לעגענדע; אנדערע - ווי אַ היסטאָרישער פאַקט).
אַ באַזוך אין דעם בית החיים אין וואָרמס איז אַ גייסטיקע איבערלעבניש.

http://www.algemeiner.com/generic.asp?id=1442



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/6/2006 14:41 לינק ישיר 

דער וואס וויל פאר'ן אויף קברי אבות אין אוקראינה זאל מיר שרייבען אין דער 'תיבה אישית'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באהלי צדיקים > דער עלטסטער אידישער בית עולם אין אייראפע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext